מוצאי שבת פ' לך לך • י"ג חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט א רגש של שמחה גרייטן זיך וויז'ניצער חסידים אין אמעריקא צום קורצן באזוך פונעם רועה נאמן מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט''א לרגל האי עידן חדוותא די שמחה הגדולה במעון קדשו די ברית פונעם ערשטן דור חמישי, אן איר איר אייניקל ביים רבי'ן וואס וועט געפראוועט ווערן די וואך אין שטאט מאנסי בקול רנה ותודה בשבח והודאה לקל.
די רבי שליט''א האט היינט מוצאי שבת פארלאזט ארצינו הקדושה און איז ערווארטעט מארגן זינטאג צופרי צו לאנדען אין ניו יארק.
דורכאויס די קורצע ימי הביקור וועט זיך די רבי אויפהאלטן אין שטאט מאנסי, די אכסניא וועט זיין אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יהודה יואל ראזנפעלד.
זינטאג אויפדערנאכט וועט פארקומען די מעמד הקריאת שמע ליינען פאר די הונדערטער ילדי החמד מיט די שמחת הוואך נאכט אין ביהמ''ד 'צמח צדיק' וויז'ניץ אין מאנסי, די וואך נאכט וועט זיין בשילוב מיטן שמחת הבר מצווה פון אן איר אייניקל ביים רבי'ן בן לנכדו הרב יעקב יוסף טווערסקי זון פון חתנו הרה"צ רבי יצחק טווערסקי, און צומארגנס מאנטיג צופרי יום השמחה וועט די רבי שליט"א דאווענען שחרית אין בית מדרש צמח צדיק, אין נאכן דאווענען וועט פארקומען די שמחת הברית מילה במקהלות עם רב.
מאנטיג לעת ערב וועט די רבי שליט"א זיך ארויסלאזן אויפן וועג צוריק קיין ארץ ישראל ווי די רבי וועט לאנדען דינסטיג אין די מיטאג שעה'ן.
Comments