top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דעת תורה פון גדולי ראשי הישיבות בארץ הקודש איבער אמעריקאנער בחורים צוריקפארן קיין ארץ ישראל

דאנערשטאג פ' בראשית • כ"ז תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין א דראמאטישע שריט איז געהערט געווארן די דעת תורה הברורה דורך צוויי גדולי ראשי הישיבות בארץ הקודש, אנבאלאנגט די שאלה צו די אמעריקאנער בחורים זאלן צוריקפארן קיין ארץ ישראל לקראת די התחלת זמן הלימודים ראש חודש חשון.


הגאון האדיר ר' אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר, האט איבערגעגעבן דעת תורה הברורה פאר די מנהלים און משגיחים וואס זענען אחראים אויף די חוץ לארץ'דיגע בחורים, אז טראץ די שווערע מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל, זאלן אלע בחורים פון אמעריקע צוריקקומען קיין ארץ ישראל אויף אנהייב זמן, און ער נעמט עס אויף זיין אייגענע אחריות. דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז משיח קומט שוין אט, און די אלע בחורים וואס וועלן בלייבן אין אמעריקע וועלן זיך שפירן אויסגעשפילט, עס איז נישטא וואס מורא צו האבן, תורה מגינא ומצלא.


אנדערש איז אבער געווען ווען מ'האט אנגעפרעגט דעת תורה ביים ראש ישיבה הגאון האדיר ר' אברהם יהושע סאלאווייטשיק ראש ישיבת בריסק, צו די בחורים פון חוץ לארץ זאלן צוריקקומען קיין ארץ ישראל, האט דער ראש ישיבה געענטפערט אז די בחורים וואס געפונען זיך שוין יעצט אין ארץ ישראל זאלן פארבלייבן דארט, דאס נעמט ער אויף זיין אחריות, אבער די בחורים וועלכע געפונען זיך נאך דערווייל אין אויסלאנד, זאלן בלייבן אינדערהיים און נישט צוריקקומען קיין ארץ ישראל, שטייענדיג אין א ערנסטע שעת מלחמה ווען מחוץ תשכל חרב ומחדרים אימה.


על פי הוראותו פון די ראשי ישיבת סלאבודקא הגאון הגדול רבי משה הילל הירש אין הגאון הגדול רבי דוב לנדא וועלן די בחורים פון אויסלאנד דערווייל נישט צוריק קומען קיין ארץ ישראל, דערצו איז איבערגעגעבן געווארן די הוראה פאר בחורים וואס געפינען זיך שוין אין ארץ ישראל אין זענען נישט רואיג אין די מלחמה אומשטענדן זאלן צוריק אהיימפארן עד יעבור זעם.

Comments


bottom of page