זונטאג פ' קרח - כ"ט סיון תשפ"ג | קול בחצרות
תלמידי וחסידי סאטמאר בארץ הקודש זענען איינגעהילט אין פריידיגע געפילן, זיך גרייטענדיג מיטצולעבן געהויבענע טעג בצל הקודש פונעם אורח הכבוד, הגה"צ ר' מנחם מענדיל טייטלבוים שליט"א אבד"ק ור"ם סאטמאר וויליאמסבורג, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער גרייט זיך צו לאנדן דעם דינסטאג על אדמת ארץ הקודש, מחזק צו זיין כלל תלמידי וחסידי סאטמאר בארצינו הקדושה, און פראווענען א געהויבענע שבת בקרב חסידי סאטמאר אין ירושלים עיר הקודש.
די געהויבענע באזוך פונעם רב שליט"א ברענגט ארויס גאר שטארקע התרגשות ביים ציבור חסידים תושבי ירושלים, שטייענדיג שוין עטליכע חדשים נאך די שרעקליכע שריפה וואס האט פארניכטעט די גרויסע ביהמ"ד אויף רחוב יונה, און זינט דאן איז די קהילה ליידער נע ונד אין פארשידענע פלעצער.
די יעצטיגע נסיעה טוט אויפברענגען גרויס פרייד ביי סאטמארע חסידים אין ירושלים, ווען ממעון קדשו אין קרית יואל טוט דער סאטמארער רבי שיקן זיין שליח מיוחד, בנו הגדול הגה"צ דער סאטמאר וויליאמסבורגער רב שליט"א, מחזק צו זיין די חסידים בעיר ה' שמה, און מרעיף זיין טללי תחיה און חיות דקדושה אויף אלע פראנטן.
דער רב שליט"א לאזט זיך ארויס אויפן וועג קיין ארץ הקודש מארגן מאנטאג אויפדערנאכט, און וועט לאנדן בארץ הקודש דינסטאג מיטאג. גלייך ביים אנקומען וועט דער רב צופארן קיין בית שמש וואו דער רב וועט אפשטאטן א געהויבענע באזוך בקרב חסידי סאטמאר, און באזוכן אין די קהילה און מוסדות איבער די שטאט.
מיטוואך דורכן טאג וועט דער רב שליט"א באזוכן בקרב קהילות ומוסדות סאטמאר אין בני ברק, ווען צום הויכפונקט וועט געפראוועט ווערן א פייערליכע מעמד הסיום אויף מסכת מנחות במסגרת הלימוד תורתך שעשועי דחסידי סאטמאר, מיטוואך אינדערפרי וועט דער רב דאווענען שחרית מיט די בחורי הישיבה, און אין די מיטאג שעה'ן אפשטאטן א באזוך אין תלמוד תורה, נאכפאלגענדיג מיט די צענטראלע מעמד הסיום אין די אווענט שעה'ן.
דאנערשטאג וועט דער רב מפאר זיין במלוא הדרו בעיר הקודש ירושלים, און דאווענען די תפילות אינערהאלב די מוסדות הקדושים דחסידי סאטמאר, פארמיטאג וועט דער רב באזוכן אין תלמוד תורה, נאכמיטאג אין די היכל הכולל, און ערב שבת אינדערפרי אין היכל ישיבה קטנה.
דאנערשטאג אויפדערנאכט וועט פארקומען די צענטראלע חגיגה פון כלל חסידי סאטמאר אין ירושלים, בראשות הגה"צ דער רב שליט"א, די כינוס כללי פון אלע חברי הקהילה, מעמד התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך אלע חברי הקהילה, אינאיינעם מיט די מעמד הסיום במסגרת הלימוד תורתך שעשועי.
שבת קודש וועט דער רב פראווענען אויף א געהויבענע פארנעם אין היכל ביהמ"ד הגדול דחסידי סאטמאר פאר די וואכן טעג, וואס איז סטאנציאנירט אין די היכל הטישן פון ביהמ"ד הגדול דקהל תורת חיים וויזניץ ירושלים, און אזוי אויך וועט די רעבעצין פון רב שליט"א אויפטרעטן מיט ספעציעלע דרשות פאר די נשות הקהילה און די גרעסערע מיידלעך פון סעמינאר.
זונטאג מיטאג בחצות היום וועט פארקומען א געהויבענע מעמד תפילה ביים ציון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי אין אתרא קדישא מירון, ווען אלע חסידים אין שפיץ פונעם רב שליט"א וועלן שופך שיח זיין בזכות התנא האלקי להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
צומארגנס מאנטיג וועט זיך דער רב שליט''א צוריק קערן למעונו אין וויליאמסבורג.
Comments