top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התחלת המערכה: קידוש שם שמים בחוצות מאנהעטן ביי מאסן פיקעטינג קעגן גזירות הגיוס

  • sfbechatzros
  • לפני 16 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' ראה • כ''ה אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

אחים לעטשעווסקי

נעכטן מאנטאג פ' ראה איז פארגעקומען די יום התחלת המערכה ביי די עצרת מחאה און מאסן פיקעטינג בחוצות מאנהעטן אקעגן איבער דעם ציוניסטישן קאנסול, די יעצטיגער עצרת מחאה איז פארופן געווארן דורכן שר צבא השם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ואתו עמו הרבנים הגאוה''צ שליט''א בארץ ובגולה.


די קידוש השם האט ארויסגעשריגן אויף די גאסן פון מאנהעטן, אז עוד ישראל רד עם קל, און לא אלמן ישראל ווען טויזענטער חשובע כולל אינגעלייט, בני תורה היקרים, און תלמידי חכמים מובהקים האבן פארמאכט די גמרות און די שו''ע און ארויסגעפארן אויף שעות לאנג, מכל מקומות מושבותיהם צו די גאסן פון מאנהעטן, ווי מ'האט פאר צוויי שעה אויסגעשריגן די וויי געשריי די זעקת הגולה, איבער די שרעקליכע גזירות הגיוס און די חיטוטי שכבי, און איבער די בארבארישע מיטלן וואס די צינוסטישע פאליציי באגייט זיך מיט אונזערע ברודער אין ארץ ישראל און געהערט דרשות הרבנים הגאוה''צ שליט''א.


טראץ די זומער וואכן וואס א גרויס עולם געפונט זיך אין די קעסטקילס האבן זיך אנגעזעהן טויזענטער משתתפים, נערים עם זקנים כולם נקבצו ובאו, בראשות הרבנים הגאונים הצדיקים שליט''א ה''ה: כ''ק גאב''ד סאטמאר מאנסי שליט''א, הגה''צ גאב''ד פאיע וחבר בד"ץ דקהל יטב לב, הגה"צ רבי אריהה ראזנפעלד דומ''ץ סאטמאר קרית יואל, הגה''צ אבד''ק גרינוויל שליט''א, הגה''צ אבד''ק טשאטה שליט''א, הגה"צ ר' ירמי' בראווער שליט"א דומ"ץ דקהל בני יואל, הגה''צ אבד''ק וויטקא שליט''א, הגה''צ אבד''ק איבראן שליט''א, הגה''צ אבד''ק בריגל שליט''א, הגה''צ רבי דוד יהודה הירשפעלד דומ''ץ מונקאטש מאנסי, אבד''ק סוליצא, אבד"ק זעליחוב, אבד''ק סוליצא, אבד"ק זעליחוב, ראה''כ צעהלים, ראה''כ שאפראן, ראה''כ קאשוי, הרה''ג יוסף ברוך יונגרייז שליט''א ראה''כ סאטמאר מאנסי, און נאך פיל.


הרה''ג ר' יואל גוטמאן שליט''א, מרבני כולל סאטמאר אין וויליאמסבורג האט געעפענט די מעמד און ארויסגעברענגט די מטרה על אשר מוציאין את התיבה לרחובה של עיר, און ארויסגעברענגט די מצב איבער די גזירות הגיוס און איבער די גזירות חיטוטי שכבי.


הרה''ג ר' אנשיל וואלטער שליט''א מגי''ש בקהל יטב לב ד'סאטמאר האט פארגעזאגט פסוקי תהלים בהתעוררות רב, או דערנאך האטמען אויפגערופן הגה''צ רבי דוד יהודה הירשפעלד דומ''ץ מונקאטש מאנסי וואס האט בקול חוצב עלעקטערזירט דעם ציבור, ווען אינצווישן איז געהערט געווארן די קולות המחאה פון די טויזענטער משתתפים.


דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה נלהבה האי גברא רבא לפני מלכים ושרים יתייצב, הרב החסיד רבי משה דוד נידערמאן שליט''א קודם אין אידיש ארויסגעברענגט די ביטערע מצב, און דערנאך מיט א לענגערע דרשה אויף די ענגלישע שפראך פאר די ברייטע מידיא וואס איז געווען פארזאמעלט אויפן ארט.


ר' משה דוד האט אויסגעשריגן אויף ענגליש און די ציבור המוחים האט נאכגעשריגן א לענגערע צייט מיט סטעיטמענט אויף די ענגלישע שפראך, באזונדער האט מען פארטיילט פלאקאטן פאר אלע ארומיגע.


דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן דבר העסקנים פון ירושלים עיה''ק הר''ר שמואל ווייספיש שליט''א, יושב ראש וועד למען אסירי ציון וואס האט איבערגעגעבן די מצב פון ארץ ישראל און געשילדערט די רדיפות וואס אונזערע ברודער גיין דארט א דורך, און אראפגעלייגט די מצב אין די תפיסות, די מצב אין יאהוד ווי ס'קומט ליידער פאר די חילול קברי הקדמונים, און די מסירות נפש פון בני ציון היקרים, און אויסגעשריגן אז זיי דארפן הילף פון אחינו שבגולה אין די מלחמה.


דערנאך האט דער יושב ראש אויפגערופן מיטן משא המעמד כ''ק גאב''ד סאטמאר מאנסי שליט''א וואס האט מיט א קול חוצב להבות אש ארויסגעברענגט די דבר המערכה, און אויסגעשריגן מיט בכיות אז דאס איז נאר די התחלה און מיר גיין נישט רוען און מיר גיין צוזאמנעמען אלע קהילות הקודש און ארויסגיין מיט ריזיגע מחאות און הפגנות אין די גאנצע וועלט.


די יושב ראש האט פארגעליינט די החלטת העצרת און אויסגערופן הגה''צ אבד''ק גרינוויל שליט''א מיט קבלת עול מלכות שמים.


אום פינף אזייגער איז זיך די ציבור צוגעגאנגען מיט א התחלה פון הכרזת המלחמה און מיט פעסטע החלטות צו שטיין לימין פון אחינו בארץ הקודש און אויסשרייען פאר די גאנצע וועלט אז לא ננוח ולא נשקוט ביז ווילאנג זיי וועלן אראפ נעמען זייער הענט פון יהדות החרדית.


און אין די זעלבע צייט האבן שוין די מידיא אין ארץ ישראל געמאלדען די עצרת מחאה מיט די צענדליגער טויזענטער משתתפים אז יהדות אמירקא גייט נישט שטיל בלייבן, און מיר גיין טוהן כל מה שביכולתינו אין שפיץ פון מרנן ורבנן גדולי האדמורי''ם שליט''א.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page