top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסער שמחת בית השואבה מיט הילולת הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע בראשות הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א

לפני 9 דקות
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג חול המועד סוכות • כ' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני

פילע טויזנטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן זיך דעם מאנטאג פארזאמלט ביים גראנדיעזן מעמד שמחת בית השואבה לכבוד החג בראשות דעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם מאנטאג חול המועד אושפיזא דמשה, בליל ההילולא קדישא פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, אינאיינעם מיטן התאספות רבתי דורך עדת חסידי ברסלב מכל רחבי ארה"ק לכבוד החג.


דער כינוס רבתי איז פארגעקומען אין די גיגאנטישע סוכה הגדולה פון חצר הקודש ביאלא אויף רחוב יעקובזון וואס איז אויסגעשטאט געווארן מיט טויזנטער זיץ ערטער און הויכשטאקיגע פארענטשעס, צו אקאמאדירן די מקהלות אלפים, און ספעציעל דעזיגנירטע ערטער איז געווען צוגעשטעלט פאר די געסט פון חוץ לארץ, ובתוכם א צאל פילאנטראפן נגידי עם קודש, תומכי ומחזיקי תורה.


בעפאר די שמחת בית השואבה איז געווען צוגעשטעלט א סעודה רחבה פאר די חבורת נועם השם, וואס שטייט אונטער די נשיאות פונעם רב שליט"א. נאכדעם האט זיך אנגעהויבן דער מעמד התאספות רבתי מיט ווארימע ניגונים נאכגעפאלגט מיט א דרשה נלהבה דורך המשפיע הגה"צ רבי שמשון רפאל ארלאנגער שליט"א. מיט פרייליכע געמיטער האט מען דאן ענפאנגען פני קדשו פון הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א ביים ערשיינען צום מעמד לקול תרועת הזמר, די ריקודין האבן אנגעהאלטן א לענגערע וויילע בהתרוממות עילאה. א ברסלובער קאפעליע האט מהנה געווען בשירה וזמרה באגלייט מיטן בעל מנגן ר' יואל קליין הי"ו און דער ברסלובער מוזיקאנט ר' חיליק פראנק.


בשעת די ריקודין איז ערשינען דער בעל האכסניא כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, וועם דער רב שליט"א האט אויפגענומען לפי כבודו הרואי און פארברענגט א משך זמן בנועם שיח. במשך די נאכט האבן זיך אויך משתתף געווען האדמור"ים ממשכנות הרועים, פינסק קארלין, המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, המשפיע הגה"צ רבי יודל דייטש שליט"א, און נאך.


שיינע דרשות לכבוד היום איז געהערט געווארן מפי הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי ברסלב און פון המשפיע הרה"ג ר' יעקב נתן אנשין שליט"א. א שטילקייט האט געהערשט ווען הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט משמיע געווען דברי תורה וברכה, בגודל מידת השמחה, במשנתו הטהור פונעם גרויסן צדיק דער בעל ההילולא, און מסיים געווען מיט ברכותיו הטהורות לכל הקהל הקודש, ויענו כל העם אמן.


דער מעמד איז געשלאסן געווארן מיט ריקודי קודש אין א הייליגע אטמאספערע בעת הרה''צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז מעודד די ניגונים בעוז ותעצומות.



תגובות


bottom of page