top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מוסדות וויען אין בארא פארק אריין אין מקח אויף נייעם גיגאנטישן בנין בית חינוך לבנות "בית יעקב"

לפני 20 שעות
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך חול המועד סוכות • י''ט תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי וויען אין שטאט בארא פארק נעמען אויף מיט אומגעהויערע שמחה די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה, ווען בעידודו ובברכת קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א איז געשלאסן געווארן דער מקח אויף א בנין אדיר ומפואר וואס וועט דינען אלס אכסניא של חינוך הבנות פאר די מיידל שולע "בית יעקב דחסידי וויען" אין שטאט.

דער מקח רופט ארויס א שמחה עצומה ביים ציבור חסידים והורי המוסדות, זעענדיג דערין א געוואלדיגע סיעתא דשמיא וואס באגלייט די ארטיגע מוסדות, וואס האט במשך השנים זיך קונה געווען דעם כתר שם טוב מיט די געוואלדיגע כחות וואס מען לייגט כסדר אריין פאר די הצלחה פון די תלמידות, ביז ווען די ביז-איצטיגע געביידע פון די מיידל שולע "בית יעקב" וואס באשטייט פון זיבן שטאק איז שוין לאנג אויסגעוואקסן איר געברויך, און דער מאנגל אין פלאץ האט זיך אנגעזען אויף יעדן טריט און שריט.

די געטרייע חברי הנהלה האבן אצינד מצליח געווען אפצוקויפן א בנין רחבת ידים אויף די זעכציגסטע גאס צווישן די דרייצנטע און פערצנטע עוועניו, וואו מען וועט ווייטער מרחיב זיין די גבולי הקדושה, צו קענען נאכקומען דעם כסדר'דיגן בליה און וואוקס פון די מוסדות.

דער גמר המקח איז געשלאסן געווארן נאכדעם וואס אין די פארלאפענע טעג פון עשרת ימי תשובה האט כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א באזוכט פערזענליך אויפן שטח און געהערט א דעטאלירטן באריכט פון די עסקני המוסדות, ובברכתו ובעידודו האט מען אין א מזל'דיגע שעה אונטערגעשריבן דעם קאנטראקט, צוצוברענגען גרויס הרחבת הדעת פאר די תלמידות און מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה לשם ולתפארת.




תגובות


bottom of page