אנשים נשים וטף: עצרת תפילה וזעקה ברחובה של עיר ערד דורך אלפי חסידי גור אין ערד לאור גזירת הגיוס
- sfbechatzros
- לפני 40 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' ראה • א' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער
אין ליכט פון די ביטערע גזירה פון גיוס בני הישיבות וואס הויערט אויף אחינו בני ישראל בארץ הקודש, און האט שוין געפירט צו ארעסטן פון איבער א מנין ישיבה בחורים, זענען אלפי חסידי גור תשובי ערד, ארויסגעקומען אויף היסטארישע מעמד תפילה וזעקה, דעם דאנערשטאג, אינעם יום המסוגל פון ערב ראש חודש אלול מוקדם.
בהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א זענען אנשים, נשים, וטף, ארויסגעקומען אויף די גאסן ארויסצוהייבן א וויי געשריי קעגן די נאכאנאנדע רדיפת הדת, מען האט זיך פארזאמלט אויף די הויפט גאסן פון שטאט און געזאגט פרקי תהלים און סליחות, איינצורייסן רחמי שמים לביטול רוע הגזירה.
באזונדער איז לויט די הוראה פון די גדולי ומאורי הדור, אויסערופן געווארן א ביטול מלאכה אין דעם טאג, און פילע חסידישע גערער בעלי בתים האבן אפגעשפארט אין לויף פון די שעות פון די עצרת.















