מי ראה את אלה יוצאים: האד' מגור וועט זיך אנשליסן אין היסטארישע מסע הגדולים קיין אמעריקא
- Bechatzros admin
- 29 במאי
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 30 במאי
דאנערשטאג פ' במדבר • ב' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

מי ראה את אלה יוצאים: א פרישע כוואליע פון התרגשות נעמט ארום דאס יהדות החרדית אין אמעריקא מיט די בשורה טובה ומשמחת יוצא מבית כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אז דער רבי וועט אנטייל נעמען אין די היסטארישע מסע הגדולים דורך כבוד מרנן מנהיגי עולם התורה אין ארץ ישראל, די ראשי ישיבת סלאבאדקא הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א, ואתם עמם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א און נאך גדולי תורה וואס וועלן מכתת רגלם זיין קיין אמעריקא אויפצוטרייבן סכומים אדירים צו ראטעווען דעם עולם התורה אין ארץ ישראל.
נאך וואכן לאנג פון הכנות און אסיפות איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועט זיך מצטרף זיין בצירופא דרבנן אויף די היסטארישע נסיעה, מעורר זיין און אנשליסן דעם יהדות הגולה זיך אנצוגארטלען מיט אויסנאמליכע פינאנציעלע שטיצע לטובת די "קרן עולם התורה" צו ראטעווען די ישיבות פון צוזאמענבראך.
נאך פינעף יאהר וואס דער רבי האט נישט באזוכט אין אמעריקא האט ער אצינד באשלאסן מיטצושטיין מיט די גדולי ומנהיגי הדור אין דעם קריטישן שעת חירום אין וואס דער ארץ ישראל'דיגער עולם הישיבות געפינט זיך. די נייעס ווערט אויפגענימען מיט אויסטערלישע שמחה ביי עדת חסידי גור איבער גרעיטאר ניו יארק און קאנאדע, האבנדיג די זכי' מקבל צו זיין פני קדשו פונעם רבי'ן בזמן שהצדיק בעיר.
די פונקטליכע דעטאלן ארום די היסטארישע ביקור המרומם ווערט יעצט אויסגעארבעט דורך די עסקנים, אויפן סדר היום זענען פארהאן פארשידענע פלענער פון מעמדים און אסיפות בקרב הקהילה, דאראונטער די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם גיגאנטישן תלמוד תורה אמרי אמת אין בארא פארק, די גענויע סדר הביקור וועלן געמאלדן ווערן פארן ציבור אין די נאנטע טעג.
תגובות