הגאון רבי משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף פאררופט מאסיווע מחאות איבער ארעסט פון ישיבה בחורים אין ארץ ישראל
- Bechatzros admin
- לפני 36 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' ואתחנן • י''ב אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

א פייער פון קנאת ה' צבאות שוועבט בהררי ציון וירושלים זיך גרייטנדיג צו א רונדע מחאות אדירות אויף א פארנעם וואס איז שוין לאנג נישט געווען, אין ליכט פון די אררעסט פון צוויי ישיבה בחורים דורך די מיליטערישע פאליציי, און ווערן פארהאלטן אלס עריקים, כלשונם, פארן איינציגן חטא פון זיך נישט רעקרוטירן צום מיליטער.
ובראשם וועלן ארויסקומען טויזנטער אידן פון די ספרדישע קרייזן על פי קריאתו פון הגאון רבי משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף, מגדולי חכמי ספרד וואס האט פאררופן מאסיווע מחאות לענגאויס גאנץ ארץ ישראל לוחם צו זיין קעגן די גזירה איומה מיט מסירת נפש.
דער צענטראלער עצרת מחאה קומט פאר בשעה 5:00 נאכמיטאג על פני רחוב בר אילן, ווי שווערע טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וועלן מרעיש זיין תבל ומלואה אויף די גיכע און באלדיגע באפרייאונג פון די תלמידי הישיבה, און בכלליות קלארשטעלן פאר די רשעות'דיגע רעגירונג אז מיר וועלן זיך נישט ברעכן, און מ'וועט שטיין פעלזן פעסט נישט צו לאזן די גזירה אויסגעפירט ווערן בן הכח אל הפועל.