האד' מסקווירא אפגעשטאט געהויבענער באזוך אין מחנה תולדות יעקב יוסף סקווירא אין סוואן לעיק
- sfbechatzros
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט פארלאפענעם וואך אפגעשטאט א התרגשות'דיגע באזוך אין די סקווירא יונגל קעמפ אין סוואן לעיק, נאך עטליכע יאר וואס דער רבי האט נישט באזוכט אין קעמפ צווישן די תלמידי המחנה.
די תלמידים פון מחנה תולדות יעקב יוסף סקווירא אין סוואן לעיק, פלעגן יאר יערליך זוכה זיין, אז רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פלעגט אנקומען אויף א דערהויבענע באזוך אין קעמפ און דערביי אויפטרעטן מיט דברות קודש. אין די לעצטערע יארן, נאכדעם וואס דער רבי פארט שוין גאר ווייניג ארויס אין די פרעמד, האט דער רבי אויך אויפגעהערט ארויסצוקומען אויף די יערליכע באזוכן אין קעמפ, און דעם רבינ'ס קינדער קומען יאר יערליך אויף א באזוך אין קעמפ בשליחת הקודש.
אצינד, נאכדעם וואס דער רבי האט געפראוועט דעם שבת אין די נייע 'קרית סקווירא', וועלכע געפונט זיך הארט נעבן די סקווירא קעמפ אין סוואן לעיק, האט דער רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו, לראות את שלום הצאן, און אפשטאטן א באזוך בין כותלי המחנה, דודי ירד לגנו, און שעפן קורת רוח פון די געוואלדיגע ארבעט וואס די חשובע מחנכים לייגן אריין אין די ילדי המחנה אז זיי זאלן ווייטער שטייגן בתורה ועבודת ה'.
אנקומענדיג בשערי המחנה, האבן אפגעווארט די ראשי ומנהלי המחנה אין שפיץ פון דעם ענערגישן מנכ"ל המחנות הרב נתן לויבער, וועלכע האט צוגעוויזן פאר'ן רבי'ן שליט"א די נייע דאמעטארי געביידעס און נאך פארשידענע נייע איינריכטונגען וואס זענען דאס יאהר געבויעט געווארן אין קעמפ. דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א קענטיגע קורת רוח און ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די געוואלדיגע ארבעט וואס די הנהלת המחנה טוהן אריינלייגן אז אלעס זאל ווערן צוגעשטעלט אויפן בעסטן און שענסטן פארנעם לרווחת ולהנאת די ילדי המחנה און די תושבים.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן אין קעמפ, ווי עס זענען אויסגעשורה'ט אין א גרויסע חי"ת, אלע חשובע קינדער און בחורים, ילדי המחנה, וועלכע האבן מקבל געווען דעם רבי'ן בשירה ובזמרה. דער רבי איז דורכגעפארן מיט די קאר, און איז צוגעפארן ביז צום באשטימטע פלאץ, ווי דעם רבינ'ס קאר איז געשטאנען פארנט פון אלע קינדער. דאן האט אויפגעטראטן מיט הארציגע ווערטער הרה"ג ר' אשר אנשיל כ"ץ שליט"א ר"מ בישיבת סקווירא וויליאמסבורג בן כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, וועלכע האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשם אלע תלמידים און האט ארויסגעברענגט רגשי הלבבות פון אלע תלמידים אז מ'האט די זעלטענע זכיה אז דער רבי שליט"א האט זיך מטריח געווען צו קומען באזוכן די תלמידים אין קעמפ.
דאן האט מען געהאט די זכיה אז דער רבי שליט"א האט משמיע געווען קורצע ברכת הקודש זיצענדיג אין קאר. דערנאך האט דער רבי פארגעזעצט די נסיעה אויפן וועג צוריק אהיים קיין שיכון סוקוירא, בשעת וואס די תלמידי המחנה טון ווייטער באגלייטן דעם רבינס קאר צופיס ביזן ארויספארן פון די שערי המחנה.





