פרייטאג פ' מטות מסעי - כ"ה תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

מיט פרייד אין עקסטאז האבן תלמידי וחסידי טאהש אויפגענימען די פרייליכע נייעס אז היינט איז אין א מזל'דיגער שעה באשטימט געווארן די זמן החתונה פון די כלה יונגסטע קינד פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א מיט דער חתן בנן של קדושים זון פון הרה"ג רבי מאיר גרינוואלד ר"מ בישיבת קהילת יעקב פאפא בן הגה"צ רבי אליעזר דוד גרינוואלד שליט"א אב"ד טעטש וויליאמסבורג און איידעם ביי הגה"צ רבי משה טענענבוים שליט"א אב"ד מילדוי, אויף דעם קומענדיגן מיטוואך פ' פקודי אור לד' אדר ב' תשפ"ד בקול רנה ותודה והמון חוגג ובמקהלות אלפי תלמידי וחסידי טאהש פון איבער די גארער וועלט.
אין די יעצטיגער טעג איז פארמירט געווארן א וועד החתונה פון א גראפע טעטיגע עסקנים וואס וועלן זיך אפגעבן מיט אלע אנגעלעגנהייטן פון די ימי השמחה על כל פרטיה ודקדוקיה, אפיר צו זוכן פאסיגן ארט פאר די מקום החתונה, צושטעלן אש"ל מלא פאר די הונדערטער געסט וואס זענען ערווארטעט, און טראנספארטאציע מיטלען צונויפצוברענגען די באים מרחוק ומקרוב מיצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן ביים היסטארישע ימי שמחת נישואין פונעם יונגסטן קינד ביים רבי'ן שליט"א ואחרון אחרון חביב די חתונה פון די יונגסטער אייניקל פונעם אומפארגעסליכן רועה נאמן הרה''ק מטאהש זי''ע.

Коментари