אסעמבלימאן ר' אהרן בנציון ווידער באזוכט ביי האד' מסקווירא נאך פאזיטיווע דערגרייכונג אינעם קאמף קעגן די חינוך
- Bechatzros admin
- 14 במאי
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 14 במאי
מיטוואך פ' אמור • ט''ז אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

נאכפאלגנדיג די פאזיטיווע דערגרייכונג אינעם קאמף קעגן די גזירת החינוך מיט די נייע געזעץ וואס איז דורכגעפירט געווארן פאריגע וואך האט דער דער היימישער אסעמבלימאן ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו פון מאנסי באזוכט בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואו ער האט זיך באדאנקט אויף וואס די סקווירא עסקנים האט ארויסגעהאלפן במשך די גאנצע צייט וואס מ'האט געארבעט אויפן בילל, ובפרט העסקן הרב ישראל משה שפיטצער מעיאר פון שיכון סקווירא, וואס האט גאר שטארק ארויסגעהאלפן מיט זיינע נאנטע באציאונגען מיט די פירער פון די סטעיט סענאט, ובכלל פאר תשובי שיכון סקווירא וואס אדאנק זייער שטימען פאר די דעמעקראטישע קאנדידאטן אין די לעצטע פאר יאר - טראץ די רוח שכנגד אין די היימישע גאס - האט מען בס"ד באוויזן דורכצופירן דעם ביל. דער רבי האט שטארק משבח געוועהן די הארעוואניע וואס די עסקנים האבן אריינגעלייגט די לעצטע פאר יאהר און מאציל געוועהן ברכת קדשו לרוב.


תגובות