top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת בית השואבה אין יוסף טיש בחצר הקודש בעלזא

דאנערשטאג ד' דחוה"מ סוכות • כ' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק


אין קרית בעלזא ירושלים איז נעכטן ליל אושפיזא דיוסף פארגעקומען די צענטראלע שמחת בית השואבה ביים רחבת בית המדרש הגדול, ווי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט מעלה געווען האבוקה אין די סוכה במעון קדשו און אנגעצינדן די פאקל פון וואס די רבנים ודייני קהל מחזיקי הדת האבן אנגעצינדן זכר לשמחת בית השואבה אין שפיץ פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי בנו יחידו פון רב און די אייניקלעך.


טויזנטער חסידים האבן פאר א לענגערע צייט געטאנצן, חסידים ואנשי מעשה היו מרקדין לפניהן ואבוקות של אור בידיהם, שפעטער באנאכט האט כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א מעריך געוועהן שולחנו הטהור ווי יעדער נאכט חול המועד אינעם גרויסן סוכה וואו עס איז פארטיילט געווארן די פרנסה ברויט כנהוג ביים טיש אושפיזא דיוסף הצדיק.











































Opmerkingen


bottom of page