דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
א זעלטן איבערראשנדע מעמד איז פארגעקומען היינט בחצר הקודש גור, ווען פופציג אינגעלייט מסלתה ומשמנה פון חסידי גור זענען זיך צוזאמגעקומען אויף א גרויסע פארהער, אויף גאנץ חושן משפט מיט אלע נושאי כלים.
די פארהער איז פארגעקומען אין א גרויסע זאל בבנין ביהמ"ד הגדול דחסידי גור אין ירושלים, וואו דער בארימטער פוסק הגאון הגדול רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א דומ"ץ ויזניץ בני ברק האט פארהערט די פופציג אינגעלייט איבער גאנץ חושן משפט, צו יעדנס איבערראשונג האט זיך די טיר געעפנט אינמיטן די פארהער, און כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז פערזענליך אריינגעקומען מיטהאלטן די פארהער, אן קיין שום פריערדיגע מעלדונג.
קרוב צו א שעה צייט איז דער גערער רבי געזעסן ביים פארהער און געשעפט גרויס קורת רוח זעענדיג די תלמידי חכמים קאכן אין לערנען מיט א הפלא'דיגע בקיאות, ווי זיי קענען אויסענווייניג יעדן סעיף קטן אין גאנץ חושן משפט. דער רבי זעלבסט האט אויך געענטפערט שאלות און עטליכע מאל זיך מפלפל געווען מיטן בוחן הגאון ר' יעקב מאיר שטערן שליט"א.
נאכן פארהער האט דעם רבינ'ס זון הרה''צ ר' שלמה צבי אלתר שליט"א וועלכער שטייט אין שפיץ פון די תורה רעוואלאוציע 'תורתו' בחצר הקודש גור, אויסגערופן א היסטארישע הכרזה בנוכחותו פון אביו הגדול דער רבי שליט"א, אז פון היינט און ווייטער ווערט צוגעלייגט א פרישע רינגעלע אין די מעכטיגע תורה רעוואלאוציע פון מזומנים, ווען אויך אויף הלכה, אין שולחן ערוך און די נושאי כלים, וועלן די בחורים און אינגעלייט זיך פארהערן מזומנים, און קענען הפלא'דיג ד' חלקי שולחן ערוך בעל פה.
דערנאך האט הגאון הגדול רבי יעקב מאיר שטערן אויפגעטרעטן מיט ווערטער, ארויסברענגענדיג זיין געוואלדיגע הרגשים זעענדיג דעם מאסיוון מהפכה בעולם התורה, וואס איז אלעס צו פארדאנקען די געוואלדיגע כח השפעה פונעם גערער רבי'ן שליט"א, וועלכער איז מחזק די בחורים און אינגעלייט צו שטייגן אין תורה.
Comments