top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם מעמד הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד אינעם בנין חברה הצלה דקרית יואל

מוצאי שבת פ' כי תצא - ט' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: קרית יואל היימשטאט


פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען אין קרית יואל די חגיגת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך חברי חברה הצלה דקרית יואל אין איז אריינגעפירט געווארן צום ביהמ"ד "אנשי חסד" אינעם בנין פון די חברה הצלה אין קרית יואל, בראשות פונעם מרא דאתרא כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אין פילע תושבי העיר וועלכע האבן זיך מיטגעפריידט מיט די פּערזענליכע שמחה פון די געטרייע מעמבערס פון "חברה הצלה" וואס האבן געהאט די זכי' צו שרייבן און גומר צו זיין דעם נייעם ספר תורה.


אין די נאכמיטאג שעהן איז דער סאטמאר רבי שליט''א אנגעקומען אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' בעריש שעהנברוין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די חשובע רבנים צווישן זיי הגה''צ רביש מואל בנימין קרויס נשיא ישיבת תורת חסד וועלכע האלט זיך אויף אין קרית יואל בבית האכסניא ביי ר' בעריש שענהבראן. די רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, וואו עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ''ץ דקהל יטב לב, ומרבני חברי הצלה, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' בעריש הי"ו און פאר די חברי הצלה.


נאך הגבהה האט דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ פאר א לענגערע צייט, און דערנאך ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר בתופים ובמחולות, אויפן וועג צום ביהמ''ד אנשי חסד אינעם הצלה גאראדזש.











bottom of page