top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עם נדיבי עמו • רייכע סעודת ראש חודש בראשות האד' מסאטמאר לטובת גמר המקח פונעם בנין הת"ת החדש אין ב"פ

דינסטאג פ' נח • ב' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


א גאר רייכע און עלעגאנטע סעודת ראש חודש איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט אין שטאט בארא פארק אין שטוב פון הגה"צ ר' יעקב בער טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגעט, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואו עס איז אויפגעטריבן געווארן די פאנטאסטישע סומע פון עטליכע מיליאן דאללער לטובת די שפאגל נייע בנין התלמוד תורה דחסידי סאטמאר אין בארא פארק בנין ליפא פריעדמאן.


ווי באקאנט האבן תלמידי וחסידי סאטמאר אין בארא פארק איינגעהילט געווארן אין התרגשות און פרייד, מיט עטליכע חדשים צוריק ווען די הנהלת המוסדות איז אריינגעשפרינגען אין א מאסיווע פראיעקט מיט די היסטארישע מקח פאר די נייע בנין התלמוד תורה בנין ליפא פריעדמאן, ביים ווינקל פון אושען פארקוועי. ווי עס איז פארדעם געווען די גרויסע ישיבה תורה תמימה.


אין די לעצטערע חדשים איז מען פאראויסגעגאנגען מיט די פלענער, און אצינד שטייענדיג ביים גמר המקח פאר די ריזן סומע פון צוואנציג מיליאן דאללער, איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע מסיבה פאר געלאדענטע נדיבים בעם, פאררופן דורך דער בריח התיכון פונעם פראיעקט הנגיד החסיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, וועלכער האט זעלבסט מנדב געווען פינף מיליאן דאללער פארן נייעם בנין, און דערמיט אפגעקויפט דעם שם הבנין, בנין ליפא פריעדמאן.


זייענדיג א עושה ומעשה האט ער פאררופן די רייכע מסיבה און מזכה געווען נאך צענדליגע נגידים ותומכים זיך אנצורופן מיט גרויסע סכומים, וואס אינאיינעם איז עס אנגעקומען נאנט צו פופצן מיליאן דאללער.


די עלעגאנטע מסיבה איז ווי דערמאנט פארגעקומען אין שטוב פון הגה"צ אבד"ק סיגעט שליט"א, אין שפיץ פונעם נשיא הקהילה והמוסדות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגעט שליט"א, און דער לעגענדארער משב"ק לבית סאטמאר הרב משה פריעדמאן, פאטער פונעם נדיב ר' ליפא.


דערנאך האט דער רבי געוואונטשן לחיים, און אין א זייטיגע צימער אויפגענומען די נדיבים בעם אויף א פריוואטע פארנעם וואו די רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות מיט די נגידים.













































































Comments


bottom of page