top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויהי בונה עיר: אומגעהויערע פרייד ביי חסידי סאטמאר צו אויפבוי פון נייעם ישוב נאה וחסודה אין מאנטיסעלא

  • Bechatzros admin
  • 30 באפר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 30 באפר׳

מיטוואך פרשת טהרה • ב' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

אין די יעצטיגע טעג נעמען חסידי סאטמאר אויף בשמחה עצומה די פלענער פון א נייעם הערליכן ישוב פאר חסידי סאטמאר אין די קעטסקילס בערג אין ניו יארק, אינעם געגנט פון מאנטיסעלא, א מאסיווע פראיעקט פון הונדערטער דירות אויסגערישט מיט אלע צרכי הקהלה והמוסדות, אויסשליסליך פאר חסידי סאטמאר.


דער פראיעקט איז אונטערגענומען געווארן בעידודו וברכת קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און ווערט באגלייט דורך די אקטיווע עסקנות דורך די הנהלה פונעם "איחוד התלמידים דסאטמאר", אין שפיץ פונעם עסקן הנמרץ הרה"ח ר' חיים הערש שווארץ שליט"א מראשי עסקני הקהלה.


דער פראיעקט ווערט אהערגעשטעלט סמוך ונראה צום עקזיסטירנדן וועלט-בארימטן "איחוד קאנטרי", אין מאנטיסעלא, וואס האט בשעתו, מיט 25 יאר צוריק, באוויזן די היסטארישע רעוואלוציע, מיט'ן אויפשטעלן א זומער-ארט פאר הונדערטער סאטמארער חסידים, אויסגערישט מיט פרעכטיגע בתי מדרשים און בניני המוסדות, זייענדיג אן ערשטמאליגער באגריף פון אהערשטעלן אלע רוחניות'דיגע געברויכן פאר די זומער וואכן, גארנישט אנדערש ווי א גאנץ יאר, און זינט דאן איז די קרי' געוואקסן מיט איינוואוינער און פרישע בנינים לשם ולתפארת.


 אין די לעצטע פאר יאר, ווען דער נושא פון דירות ווערט שווערער און שווערער אין די שטאט, און עס קומען כסדר אויף פרישע ישובים אין אפסטעיט, מיט'ן ציל צו לינדערן דעם שווערן דירות קריזיס, האבן די עסקני הקרי' זיך אריינגעלייגט אינעם פלאן צו שאפן א נייעם שטעטל פאר גאנץ-יעריגע וואוינונג פאר חסידי סאטמאר אויף די בערג, ספעציעל געאייגנט פאר חסידי סאטמאר פון ברוקלין, וועלכע זוכן א דאך איבער'ן קאפ פאר א צוגענגליכע פרייז, און עס זאל זיין צוגעשטעלט מיט אלע געברויכן מיט הרחבת הדעת און מנוחת הנפש.


די פלענער האבן זיך שטארק פאראויסגערוקט אנדערטהאלבן יאר צוריק, ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז געווען פארטון אין די נושא פון צושטעלן עפארדעבל דירות פאר'ן ציבור, און דער מצב אין קרית יואל איז דאן געווען גאר שווער, האט דער רבי זייער שטארק מזרז געווען און געבעטן די עסקנים אז מ'זאל זיך נעמען פאקטיש אויספירן די פלענער, און עס ברענגען לידי גמר.


אדאנק די גינסטיגע באציאונגען מיט די לאקאלע באאמטע פונעם טאון אוו טאמפסאון, איז די לעצטערע חדשים געמאכט געווארן מארשירנדע פארשריט אינעם פראנט פון ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן, און אצינד האט מען שוין די פערמיטן פאר די ערשטע 200 דירות געביידעס, וואס מ'וועט זיך אין די נאנטע צוקונפט אנהייבן בויען. לויט די יעצטיגע פלענער וועט מען אין די קומענדיגע דריי ביז זעקס חדשים אנהייבן די פאקטישע בוי ארבעט, און אויב אלעס פארט ווי געפלאנט, וועט מען ענדע יאר תשפ"ז זיך אנהייבן אריינציען אין די ערשטע דירות.

תגובות


bottom of page