top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מאלכסנדר באזוכט אין ניי געגרינדעטע אלכסנדר שטיבל אין שטאט מאנסי

  • Bechatzros admin
  • 2 באפר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 3 באפר׳

מיטוואך פ' ויקרא • ד' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

אלכסנדר חסידים תושבי עיר מאנסי האבן פארלאפענעם וואך געהאט די זכיה מקבל פנים צו זיין דעם גרויסן גאסט, כ"ק מרן אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך אינעם נארוואס געגרינדטן אלכסנדר שטיבל אויף די דזעשפרי פלעיס גאס אין שטאט וועלכע איז אוועקגעשטעלט געווארן מיט א קארגע צוויי חדשים צוריק דורך די חסידים תושבי העיר.


די רבי וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק לרגל די חנוכת הבית פארן נייעם פראכטפולן אלכסנדר שטיבל אין בארא פארק, איז ארויסגעפארן קיין מאנסי צו באזוכן דעם נייעם פינת יקרת, און גלייכצייטיג איז פארגעקומען א מעמד התחלת כתיבת ספר תורה וועלכע ווערט געשריבן דורך הנגיד ר' אהרן ברוך וועלטשער הי"ו מחשובי מתפללי השטיבל.


די רבי איז ערשינען אינעם שטיבל אנגעטון מיטן קאלפיק און אפגעראכטן א לחיים טיש לכבוד המאורע און לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי בצלאל יאיר מאלכסנדר זי"ע, די רבי האט משמיע געוועהן דברי אלוקים חיים איבערן בעל הילולא און איבער די ענין פון א שטיבל, און געהייסן זינגען מזמור שיר חנוכת הבית און רננו צדיקים.


דערנאך האט מען צוגעטראטן צום כתיבת ס"ת ווען די רבי שליט"א האט געשריבן דעם אות י' פון בראשית און דערנאך מכבד געוועהן דעם נדבן הספר און די חשובי הקהל צו שרייבן די אותיות. שפעטער האט דער רבי אנגעצינדן א ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד אויף תפילת מעריב לרגל ההילולא.


ביים לחיים טיש האט זיך משתתף געוועהן כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אמעריקא, א פלאמיניק פונעם רבי'ן.


Comments


bottom of page