זונטאג פ' בהר • י"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
קיין ווערטער זענען נישט דא ארויסצוברענגען די ריכטיגע געפילן וואס ברויזן ביי חסידי ביאלא נאכן מיטהאלטן אזא דערהויבענעם שבת קודש מעין עולם הבא שטייענדיג נאך בעמק הבכא ככלות השבעה נאך די הסתלקות פונעם רעיא מהימנא כ''ק אדמו"ר מביאלא זכר צדיק לברכה בעל 'מבשר טוב', בצל הקודש פון ברא כרעיה דאבוה ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, וואס האט איבערגענימען די הנהגה ביד רמה אריינבלאזנדיג אין די חסידים טללי תחיה אין א בחינה פון נפשם מצאה מנוח זעהנדיג ווי די הערליכע המשכה ציהט זיך ווייטער און ברוך השם אשר לא השבית גואל.
אויף שבת זענען געקומען צופארן הונדערטער געסט פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל וועלכע האבן זיך צוזאמגענימען לפונדק אחד מיטצוהאלטן האי שבתא דריגלא, אויך האבן זיך אנגעזעהן איבער פערציג געסט וועלכע זענען געקומען צופארן מריחוק מקום פון אויסלאנד.
במשך דעם שבת האט זיך ווייטער דערקענט דעם אייגנארטיגן ביאלא פשטות און ענוות חן, ווען די ברודער'ס פונעם רבי'ן שליט"א די עלטערע און יונגע כאחד זענען געזעצן צו זיין זייט במשך אלע תפילות און טישן און מיטגעהאלטן כעבדא קמיה מאריה, מיט א ברודערליכע אחדות און שיינקייט ווען דער רבי שליט"א האט זיכער געמאכט מכבד צו זיין אלע ברידער מיט די פאסיגע כיבודים, הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד.
עטליכע שעה פאר מנחה האבן זיך די הונדערטער בחורי החסידות פארזאמלט אינעם היכל ביהמ,ד הגדול ווי מען האט געהערט א דרשת הכנה דורך איינער פון די חשובי החסידים, דאן האט מען זיך געזעצט אויף א סדר לימוד כשאיפתו הטהורה פונעם רבי'ן זצ"ל עוסק צו זיין בתורה אין די טעג פון פרייטאג און שבת.
ביים זמן כניסת השבת ווען די רבי שליט"א איז ערשינען צו מנחה, איז שוין דער היכל הבית מדרש געווען מלא וגדוש עד אפס מקום, די רבי שליט"א איז צוגעגאנגען צום מזרח וואנט פון בית מדרש און זיך געשטעלט על מקום קדשו פונעם פאטער די רבי זכר צדיק לברכה פארנט פונעם ארון קודש. צו תפילת מנחה האט די רבי צוגעשיקט אחיו הגדול הרה"צ רבי דוד מאניש ראבינאוויטש שליט"א, אין א מערקווירדירגע שריט האט די רבי שליט"א געדאווענט שמונה עשרה און בלויז געציילטע מינוטן, אנדערש ווי ער האט זיך נוהג געוועהן ביזן איבערנעמען די כתר האדמור"ות ווען די רבי פלעג מאריך זיין ביי שמונה עשרה, און וואו די רבי זצ"ל טוט מעורר זיין דעם רבי'ן שליט"א אין די צוואה צו מקצר זיין ביים דאווענען נישט אויפצוהאלטן דעם ציבור, אלס טירחא דציבורא.
קבלת שבת האט געדאווענט הרה"ג ר' אשר ישעי' ראבינאוויטש רב ביהמ"ד מבשר טוב אין ניו סיטי א אייניקל פונעם רבי'ן זצ"ל, גאר געהויבן איז געוועהן ביי לכה דודי, ווען די רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרייט ביי בואי בשלום, זייענדיג מעודד די ניגונים בלהב אש קודש, ווען חסידים יונג און אלט שטעלן זיך אויף די פארענטשטעס, טייל אויף בענק און אפילו אויף די פענסטערס לחזות בפני הקודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע איז געווען איינגעהילט אין התרגשות.
נאכן דאווענען איז די רבי שליט"א געשטאנען צו די זייט פון די ברודער הרבנים און די גאנצע ציבור איז דורך זאגן גוט שבת פאר א לענגערע צייט. די לעגענדארער גבאי הבית מדרש הרב נתן דוד זונענשיין הי"ו האט אויסגערופן אז די רבי וועט אריינקומען צום טיש אום 11:45, און אויסגערופן בפקודת הקודש אז די חסידים זאלן בשום אופן נישט נאכגיין און באגלייטן דעם רבי'ן אויף די גאסן, די רבי שליט"א איז טאקע אהיים לביתו נאווה קודש בלויז מיטן משמש בקודש הרה"ח ר' יוסף אייכנשטיין הי"ו און די קינדער.
די הונדערטער חסידים געסט האבן געפראוועט אינאיינעם די סעודות שבת איינגעטיילט אין עטליכע מקומות, בנין ביהמ"ד הגדול סלאנים, בנין ישיבת המתמידים און נאך, ווי מען האט פארברענגט בשבת אחים גם יחד. די רבי שליט"א האט געגעסן די סעודות שבת בביתו נאווה קודש מיט די בני המשפחה.
שוין א שיינע שטיק צייט בעפאר די די רבי איז אריינגעקומען צום טיש איז דאס ביהמ''ד געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו, דאס ביהמ''ד איז איינגערישט געווארן מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור האלפים, און שוין בעפאר די טיש זענען די עסקנים געוועהן געצווינגען צו פארשפארן די ביהמ"ד און אריינלאזן בלויז היימישע. הונדערטער חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבן געשטראמט פון אלע עקן שטאט האבן מיטגעהאלטן דעם טיש פון אינדרויסן.
א שטילקייט האט געהערשט בשעת די רבי שליט"א איז אריינגעקומען אין בית המדרש און זיך געזעצט על מקומו אין צענטער פונעם אויבן אהן, צו די זייט פון די ברודער און שוואגער'ס הרבנים שליט"א וואס זענען געזעצט געווארן אויף פאסיגע שטולן. די משמש בקודש הרה"ח ר' יוסף אייכנשטיין הי"ו און הרה"ח ר' זאב האלצמאן הי"ו וועלכע האבן געהאט די זכיה משמש צו זיין ביים רבי'ן זצ''ל האבן אלע ממשיך געווען לעמוד ולשרת בקודש ביי בנו ממלא מקומו די רבי שליט"א דורכאויס גאנץ שבת, אויך האבן זיך אנגעזעהן אונטערן רבי'ן שליט"א די ראשי הקהילה און מקורבים, הרה"ח ר' שמואל יצחק וויינער הי"ו מנהל המוסדות, הרה"ח ר' אליהו דונאט הי"ו, הרה"ח ר' יעקב פרוש הי"ו, ווי זייער חזקה ביי די שולחנות הטהורים ביים רבי'ן ז"ל בהילו נרו עלי ראשינו.
ביים טיש זענען געזעצן אלע אייניקלעך פונעם רבי'ן זצ"ל און דערנאך די זקני וחשובי העדה, אויך האבן זיך אנגעזעהן עטליכע שוואגער'ס פונעם רבי'ן שליט"א קינדער פונעם חותן המלך כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א בשליחותו, און די מעיאר פון שטאט ביתר הרב מאיר רובינשטיין הי"ו.
די רבי שליט"א האט אנגעהויבן דעם זמר ' אזמר בשבחין' בנוסח המקובל לבית ביאלא, און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סדר הזמירות כל מקדש, מנוחה ושמחה און אזוי ווייטער, אנגעפירט דורך די בעלע מנגנים, צווישן די זמירות האט די רבי געבעטן אצונהייבן דעם ניגון 'אדון הכל' וואס מפלעגט זינגען ביים רבי'ן זצ"ל בימי החנוכה. א חרדת קודש האט זיך געשפירט אין די לופטן ווען מען האט אנגעהויבן די ניגון הכנה המקובל פארן תורה, הרה"ג ר' מאיר יחזקאל וויינער שליט"א לאנגיעריגע תורה שרייבער פון אדמור"י ביאלא האט ווי זיין חזקה ביי די שולחנות הטהורים איבערגעגעבן די ספרים אויף וואס די רבי האט זיך אנגעגרייט צום תורה, דערנאך האט די רבי שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש זיך שטעלענדיג אויף די וואכעדיגע סדרה, זייענדיג מרחיב איבער די ענין פון 'גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם'.
מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען אחיו הגדול הגה"צ רבי לייבוש ראבינאוויטש אב"ד פרעסטוויטש מאנטשעסטער, וואס האט אנגעהויבן 'ברשות אדונינו מורינו ורבינו בעל הבית הזה', נאכן טיש האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה אויף די ניגון 'לעשות נחת רוח', די טיש האט זיך פארצויגן פאר קרוב צו צוויי שעה.
שבת אינדערפרי האט מען אנגעהויבן דאווענען 8:30, די עליות האבן עולה געוועהן אלע קינדער און איידעמער פונעם רבי'ן זצ"ל, דעם רבינס עליה שישי איז געקויפט געווארן דורך איינער פון די נגידים פארן סכום פון פינעף טויזנט דאלער, מפטיר האט עולה געווען א חתן הבר מצווה אן איר אייניקל פונעם רבי'ן זצ"ל, אייניקל פון חתנא דבי נשיאה הרה"צ רבי מרדכי וויינבערג שליט"א רב חסידי סלאנים אין לאנדאן.
שבת נאכמיטאג האט הרה"צ ר' מרדכי וויינבערג שליט"א איבערגעגעבן א שיעור אין פרקי אבות במשנתו הטהורה פונעם רבי'ן זצ"ל, בשעת די שיעור איז די רבי אריינגעקומען און מיטגעהאלטן א שטיק צייט, און נאכן שיעור האט די רבי געזאגט קדיש דרבנן אינאיינעם מיט די ברודער'ס הרבנים שליט"א. נאך מנחה האט זיך די רבי געוואשן צו שלש סעודות וואס איז אפגעראכטן געווארן אין טונקל כנהוג, די רבי האט אנגעהויבן פארזינגען דעם פיוט 'אשרי איש שלא ישכחך' און דערנאך מכבד געווען די שוואגער הגה"צ ר' אברהם יצחק ווייס ראש כולל ביאלא אנצוהייבן 'בני היכלא' ווי זיין חזקה לאנגע יאהרן ביים רבי'ן זכרונו לברכה.
ביי די דברות קודש האט די רבי מרחיב געווען בגודל מעלת הזמן פון ספירת העומר און הכנה צו קבלת תורה, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ רבי יוסף באב"ד מלפנים דומ"ץ בעלזא לאנדאן א שוואגער מיטן רבי'ן ז"ל, די רבי האט געדאווענט מעריב און ספירת העומר פארן עמוד, און דערנאך ארויס צו קידוש לבנה ברחובה של עיר, נאך קידוש לבנה זענען די חסידים דורך פאר א לענגערע שעה ביים רבי'ן שליט"א וואונטשן א גוטע וואך.
במשך די גאנצע שבת איז געוועהן אן ערהאבן בילד צו זעהן די 'חסידים מספרים', עלטערע חסידים ארומגענימען מיטן יונגע דור ביים איבערגעבן זכרונות והנהגות איינצוקריצן און מקיים זיין דעם הדבק במידותיו.
Comentarios