top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • Bechatzros admin
  • 29 במאי
  • זמן קריאה 6 דקות

עודכן: 5 ביוני

ree

דאנערשטאג פ' במדבר • ב' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש


האדמו"ר מדושינסקיא ביים פארטיילן מיני מתיקה בעת דעם רבינס באזוך אינעם תלמוד תורה דחסידי דושינסקיא אין הר יונה.

ree

הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א בנו יחידו פון האדמו"ר מוויזניץ ביים מספיד זיין הרה"ח ר' אברהם מאיר ליכטנשטיין ע"ה מחשובי חסידי וויזניץ וואס איז נפטר געווארן בדמי ימיו וויילנדיג אין אמעריקא לצורכי רפואה.

צווישן די טויזנטער באטייליגטע ביים דינער אין בארא פארק לטובת כולל חיבת ירושלים האט קרישקעס באמערקט אויף איינע פון די טישן האדמו"ר מסטוטשין אין א טיפע שמועס מיטן מנהל הכולל הרה"צ רבי בעריש רובין מדאמבראווא וואס האט געלאזט טרערן ווערנדיג נתעורר פונעם רבינס הארציגע דברי חיזוק.

בן יכבד אב: אייגנארטיגע הכנסת ספר תורה ערווארטעט דעם יום טוב שבועות לבית מדרשו פון האדמו"ר מדאבראווא אין בארא פארק, אריינגעגעבן דורך בנו הרב ר' נפתלי אונגער שליט"א.

ree

די וואך האט קרישקעס באמערקט האדמו"ר מצאנז זוועהיל צווישן די לומדים אינעם כולל ערב אין ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק אינאיינעם מיט זיין זוהן מחושבי לומדי הכולל הרה"ג ר' אלעזר ניסן פריזנט שליט"א.

ree

האדמו"ר מסקולען לעיקוואד אין א שמועס מיט הרבני הנגיד ר' ראובן וואלף הי"ו יושב ראש קרן עולם התורה ביים מסיבה אין מאנהעטן לטובת די טעג ארגאניזאציע.

ree

שארפע בריוו ערשיינט אין לאנדאן געשריבן דורך האדמו"ר מקאסאן לאנדאן אין שאטן פונעם גזירת החינוך וואס לויערט אויף די ישיבות קטנות אין שטאט.

ree

הרב אברהם מייזליש הי"ו משב"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביים מסיבה לטובת די נייע ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין אוקענוויין פארגעקומען אין שטוב פון הנגיד בנש"'ק הרב יוחנן טווערסקי אין בארא פארק.

ree

האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג ביים זיך אומקוקן אויף די בוי ארבעט ביים מיידל שולע בית אסתר דחסידי צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק, גייענדיג אין ביהמ"ד די וואך.

ree

די בחורי חמד תלמידי ישיבת גור אין אשדוד האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט אויפן דאך פונעם בנין הישיבה ביים מיטהאלטן די וואלד פייערן אין די אונגעגענט פון אשדוד, אין די שעות פון בית הסדרים.

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא ביים ציון הרשב"י אין אתרא קדישא מירון, לקראת די חתונה פון א קינד.

ree

ביי שלש סעודות בחצר הקודש זוועהיל אין מאנסי מערקט 'קרישקעס' צוויי נאנטע קרובים פונעם רבי'ן, האדמו"ר משומרי אמונים און גאב"ד זוועהיל וועלכע האבן מיטגעהאלטן שבת אין די זוועהילער הויף לכבוד די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלמה'קע מזוועהיל זי"ע.

ree

הרב משה הורוביץ ראש כולל "בית מנחם" ליובאוויטש, באזוכט ביי האדמו"ר מסאדיגורא וואו ער האט איבערגעגעבן די ברכת הקודש פונעם ליובאוויטשער רבי לכבוד די יום הבהיר פונעם סאדיגערער רבי'ן וואס איז אויסגעפאלן פאריגע וואך: "שנת הצלחה ויאריך ימים על ממלכתו".

ree

דער בארימטער דף היומי מגיד שיעור הרב אברהם ישעי' קובלסקי באטייליגט זיך ביים מלוה מלכה בצל האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אין הר יונה.

ree

האדמו"ר ממעזיבוז ביים פארטיילן כוס של ברכה אינעם גלאז פון הרה"ק רבי משה מלעלוב זי"ע וואס איז געברענגט געווארן צום רבי'ן דורך איינע פון די חסידים.

האדמו"ר מוויזניץ ביים מסיבת לחיים אין מושב אורה, היינטיגן דאנערשטאג לכבוד די הילולא קדישא פונעם זיידן דער אהבת ישראל זי"ע.

ree

הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור באזוכט ביים ראש הישיבה מרן הגאון רבי דוב לאנדא שליט''א אין בני ברק, וואו מען האט דיסקוסירט די די ברענעדיגע נושא פון גיוס בני הישיבות, און די פלענער אויף ווייטער וויאזוי צו באקעמפן די גזירה.

ree

העסקן הרב שרגא פריעדמאן באגריסט האדמו"ר מבאבוב ביים מסיבה לטובת "טעג" אין מאנהעטן

ree

האדמו"ר מטאהש ביים אנצינדן די נירות שב"ק ביים רייכן "שבת המייסדים" לטובת מוסדות טאהש ניו יארק.

ree

הגה"צ רבי אברהם יודא לעוו אבד"ק תפארת אליעזר ביים מקיים זיין די זעלטענע מצוה פון שילוח הקן אויף די גאסן פון בארא פארק.

הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מסקווירא ערשיינט צום אסיפה "שמחה בשלימות" דורך מפעל שובע שמחות אין שיכון סקווירא, אוועקצושטעלן פרישע סטאנדארטן מיט ביליגע חתונה הוצאות.

האד' ממעזיבוז אויפן פליגער קיין מעזיבוז אוקריינע וואו די רבי וועט פראווענען דעם יום טוב שבועות בצילו פונעם אור שבעת הימים דער בעש"ט הק'.

ree

דער מקובל הגה"צ רבי יעקב עדס שליט"א פארטיפט אין א ספר אין די ספרי הישיבה ספרים געשעפט נעבן די מירער ישיבה אין ירושלים.

ree

הגאון רבי שלמה בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה, אין א שמועס מיט הרב שמואל גרינבערג מעיאר פון שטאט בית שמש, ביי זיין באזוך אין ישיבת עטרת שלמה - בית שמש, מערקט אינעם הונטערגרונט דער נייע פראכטפולער ארון הקודש פון ריין גאלד.

ree

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא באזוכט ביי הגאון רבי משה הילל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע איינצולאדענען צו די חתונה פון בתו הכלה, וואו מען האט בתוך הדברים ארומגערעט איבער דעם ברענעדיגן נושא ביים יהדות החרדית איבערן גזירת גיוס בני הישיבות.

ree

פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א ביים אריינשרייבן אן את אינעם היסטארישן ספר תורה מיט וואס הרה"ק מבעלזא זי"ע האט זיך באנוצט בשעתן קריג און איז בניסי נסים אנגעקומען ליד ישראל נאכן מלחמה. א חשובע נדיב האט אין די טעג אויפגענומען א סופר מומחה וועלכע זאל איבערגיין א יעדע תג וקוץ פונעם הייליגן ספר תורה, און פארעכטן אלע פסולים דערין, היות די ספר תורה האט ארומגעוואלגערט במשך די מלחמה יארן איז עס געווען אין גאר א שוואכע צושטאנד.

ree

העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש באגריסט האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג ביים דינער השנתי לטובת כולל חיבת ירושלים אין בארא פארק.

ree

האד' מזוועהיל אינעם נאסטאלגישן הויז פון זקינו הרה"ק רבי שלמה'קע מזוועהיל זי"ע אין די בית ישראל געגענט אין ירושלים, וואו דער רבי האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים ערב די הילולא קדישא.

ree

די הקדשה וואס המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א האט אריינגעשריבן אין זיין נייעם ספר אויף פרקי אבות וואס ער האט געשיקט קיין ניו יארק צו אחיו הגדול האדמו"ר מלעלוב (49).

ree

האד' מצאנז איז מתפלל א תפילה קצרה ביים ציון הק' פון התנא רבי יצחק, מקום מנוחתו אינעם חצר הרשב"י אין מירון.

ree

האד' מסלונים פארברענגט מיט זיין יוגענט פריינד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מיט א ליבשאפט און הערצה - א קשר אמיץ וחזק וואס גייט צוריק נאנט צו 80 יאהר צוריק ווען די צוויי גדולי ישראל האבן אין זייערע בחורישע יאהרן געלערנט אין סלונים.

ree

הרה"ג ר' שלום לאנדא דומ"ץ וראש ישיבת עמודי דגירסא ביי א שמועס הכנה ליום טוב שבועות פאר אינגעלייט אין קרית יואל.

האדמו"ר מקארלין סטאלין באשיינט די גראנדיעזע שמחת הבר מצוה אין ירושלים פאר אריבער 50 יתומים דורך די וואוילטעטיגע "זה לזה" ארגאניזאציע, וואו דער רבי האט געשאנקן עמערס חיזוק פאר די טייערע בעלי שמחה די יתומים.

דער בעל מנגן ר' עקיבא געלב הי"ו ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון רבו האד' מפאפא נאכן אונטערשרייבן די שטרי התחייבות ביים וועידת הנדיבים לטובת מוסדות פאפא מאנסי.

ree

מעמד קבלת פנים לכבודו פון הרבני הנגיד ר' מענדל שווימער ראה"ק סאטמאר קרית יואל און פאר בנו הרבני הנגיד ר' יחזקאל הי"ו אין תלמוד תורה רמ"א בית שמש בנשיאות הגה"צ רבי יהושע ראזנבערגער גאב"ד קרית הרמ"א.

ree

ביים יערליכן דינער לטובת מבצר התורה ישיבה גבוה תולדות יהודה האט 'קרישקעס' באמערקט דער טשעירמאן הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש אין א שמועס מיט הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א בנו בכורו פון האד' מתולדות יהודה.

ree

האדמו"ר מנדבורנא באניא באזוכט ביי אחיו הגדול האדמו"ר מנדבורנא צפת די וואך.

ree

ביים סעודת הילולא לרגל די 80'טע יארצייט פון הרה"ק רבי שלמה'קע מזוועהיל זי"ע בבית מדרשו פון נכדו האדמו"ר מגדולת משה זוועהיל, ווערן געזעהן האדמור"ים לבית שומרי אמונים פון אשדוד און בני ברק - אייניקלעך פונעם בעל ההילולא, זייענדיג צוגאסט אין ניו יארק לטובת די מוסדות.

ree

האדמו"ר משומרי אמונים ביים אנקומען ערב שבת צום אכסניא אין מאנסי וואו דער רבי האט געוויילט שבת לטובת מוסדותיו.

ree

האדמו"ר מצאנז בארא פארק בקודש פנימה ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך בעת דעם רבינס באזוך אין ארץ ישראל.

ree

הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז ביים אפשערן אן אייניקל פון הרב אהרן יוסף קורניצער אייגנטומער פון די טיב המצות בעקעריי, נאכן שניידן די ווייץ פאר די מצות פון קומענדיגע יאהר חג הפסח תשפ"ו.

ree

באגריסונג פון ק"ק ומוסדות סאטמאר מאנסי ביים "סאטמארק" ביזנעס עקספאו פאריגע וואך אין מאנסי.

ree

טויזנטער תינוקת של בית רבן דערקוויקן זיך ביים רייכער 'וואונדערטאג מעמד' אין וויליאמסבורג דורך 'וואונדערקינד' וואס האט צוגעשטעלט א הערליכער פראגראם מלא תוכן, מיט די צוזאמענארבעט פון 'רענטעסטיק' און 'YF פראדאקשענס'.

ree
ree

ביים נעילת השבת, פאר נגידי ותומכי חצר הקודש טאהש פארגעקומען אין א פראכטפולע האלען אין ניו דזשערזי האט האדמו"ר מטאהש מכבד געוועהן דער חזן ר' ישראל אדלער פארצוזינגען דעם באקאנטן "תניא" מעורר רחמים צו זיין לישועתן של ישראל.

"יבטל כל הגזירות" אויך ביים קבר יוסף הצדיק אין שכם.

האדמו"ר מסערט וויזניץ ביים תפילין לייגן פאר א בר מצוה בחור מתושבי עיה"ק צפת, וואו די רבי וויילט די טעג אויף אפרוה.

די פראוועזארישע מקוה וואס איז אהערגעשטעלט געווארן ביים שבת המייסדים פאר נגידי טאהש אינעם האטעל אין פארסיפעני ניו דזשערזי.

חבר הכנסת הרב ישראל אייכלער ביים אויפנעמען הגאון רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון אנקומענדיג לביתו נאווהה קודש פון האדמו"ר מבעלזא וואו דער ראש הישיבה האט אויפגעטרעטן אלס נואם הכבוד ביים מעמד היסוד פארן קרן הצלת התורה דחסידי בעלזא.

ree

געזען אויפן ציון פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, דער גליון "נועם שיח-שרגא דנהורא", פון הרה"ג רבי שלמה זלמן פריעדמאן שליט"א סאנטובער רב, תורת און סיפורים פונעם קאסובער רבי זצ"ל

ree

א ברכת מזל טוב פאר העסקן ר' יואל שפיטצער פון רפואה העלפליין לרגל די שידוך שליסן פון בתו הכלה שתחי' למזל טוב.

תגובות


bottom of page