מאנסי: ערהאבענער מעמד חתימת שטרות בבית הנגיד ר' דד ניישטאדט הי"ו פאר נייעם בנין שע"י מחנה רב טוב ד'סאטמאר
- Bechatzros admin
- 26 ביוני
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 26 ביוני
דאנערשטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

די וואך דינסטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארויסגעפארן קיין מאנסי וואו דער רבי איז אנגעקומען אויף א מעמד חתימת שטרות אין שטוב פון הרבני הנגיד רבי דוד ניישטאדט הי"ו וועלכע האט מנדב געווען א סכום הגון לטובת מחנה א' א' שע"י מחנה רב טוב דסאטמאר און האט דערמיט אפגעקויפט די זכות פונעם צענטראלער עס זאל שטאק אינעם נייעם פרעכטיגן בנין וואס בויעט זיך אויף אינעם מחנה לכבוד ולתפארת.
עס האט זיך אויך משתתף געוועהן דעם רבינס שוואגער כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, און עס האבן מיסב געווען ארום דעם הערליכן טיש די עסקני וראשי המחנה, און די חשובע נדבן ובני משפחתו. דער רבי שליט"א האט ווארעם פארברענגט מיט די נדבן און די מסובים א משך זמן און באטראכט די בוי פלענער פונעם עס זאל וואס וועט באקרוינט ווערן אלס 'קומת ניישטאט' וואו טויזנטער תלמידות בנות הכשרות וואס וועלן נתחנך ווערן אינעם מחנה וועלן נהנה זיין פון די גרויס הרחבה בנדבת לבו הטוב פונעם חשובן נדבן.
דערנאך האט דער רבי שליט"א אונטערגעשריבן אויף די שטר שותפות אינאיינעם מיטן נדבן, און דער נדבן האט איבערגעגעבן א פתקי דרחמי להפקד בדבר ישועה ורחמים, די רבי האט דערביי אפגעראכטן א שולחן לחיים און פארטיילט פון די מזונות פארן נדבן ובני משפחתו און פאר אלע חשובע עסקנים, און אנגעוונטשן מברכות קדשו לרוב, דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א פרייליכע ריקוד לכבוד המאורע.
שפעטער האט די רבי שליט"א - אינאיינעם מיטן שוואגער גאב"ד סאטמאר מאנסי - אויפגענימען אין א פריוואטן שטוב די חשובער נדבן וואו מען האט ווייטער פארברענגט ביחידות א משך זמן.



























Comments