top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

את בריתי שלום: האד' מתולדות אהרן באפעלט חסיד צו טראגן ברית צום ברודער האד' מתולדות אברהם יצחק אין קרית יואל

דינסטאג פ' ראה • כ"ג אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילד קרעדיט: דוד כהן

 

אין א ברידערליכע שריט פון אחוה שלום וריעות, ווערט ביי די חצרות הקודש פון תולדות אברהם יצחק און תולדות אהרן צוגעצייכנט אן אינטערעסאנטע עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט דעם לעצטן זונטאג, ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט געדינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידי תולדות אהרן, אויף די דירעקטע הוראת הקודש פון מורו ורבו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.


דער אבי הבן, הר"ר אפרים זעלקאוויטש, מתושבי קרית יואל, האט געפלאנט מכבד צו זיין זיין רב, הגה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א רב דקהל תולדות אהרן מאנסי, זון פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, אבער היות דער רב האט פונקט געוויילט אין די קאנטרי, און ס'איז אים נישט מעגליך געווען צו טראגן דעם ברית צום רב, האט ער אנגעפרעגט ביי זיין רבי'ן, האדמו"ר מתולדות אהרן, וועם ער זאל אנשטאט מכבד זיין מיט סנדקאות.


צו זיין איבערראשונג האט האדמו"ר מתולדות אהרן אים מציע געווען אז היות זיין עלטערער ברודער האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק געפינט זיך יעצט אין קרית יואל, זאל ער אים מכבד זיין מיט סנדקאות.


דער בעל שמחה האט אזוי געטאן, און זונטאג צופרי איז פארגעקומען דער שמחת הברית אינעם אהל הגדול תולדות אברהם יצחק, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם שכונת חתם סופר אין קרית יואל, וואו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטערע וואכן.


איידער'ן ברית האט דער אבי הבן מיטגעטיילט פאר האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אז ער איז אהערגעקומען אויף די הצעה פונעם ברודער האדמו"ר מתולדות אהרן, וואס דער רבי האט אויפגענומען מיט א הנאה וקורת רוח, און מאציל געווען ברכות לרוב.

Comments


bottom of page