top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספרדי'שע קרייזן קומען ארויס מיט שטורמישע פראטעסטן בחוצות ירושלים אין שאטן פון שוידערליכן גזירת הגיוס

  • sfbechatzros
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' עקב • י"ט אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: דוד ארזני.

אויך צווישן די ספרדישע קרייזן איז דערקלערט געווארן א מלחמת חרמה קעגן דעם ביטערן גזירת הגיוס, ווען די רוחניותדיגע מנהיגים און ראשי ישיבות שליט"א פונעם ספרדישן עולם התורה האבן ארויסגעשטעלט אן אפיציעלע דעקלעראציע אז "דאס יהדות החרדית גייט ארויס אין א מעכטיגן קאמף, וואס כלל ישראל האט נאך נישט געזען און וועט אויפרודערן תבל ומלואה, די פאליציי האט ספּעציעל אויסגעווארט אויף די ימי בין הזמנים, צו קענען דורכפירן ווי מער ארעסטן אויף בני תורה, היה לא תהיה".


פאריגן דאנערשטאג נאכט איז פארגעקומען א מעכטיגע מחאה און פראטעסט פון טויזנטער אידן פון די ספרדישע קרייזן על פי קריאתו פון הגאון רבי משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף, מגדולי חכמי ספרד וואס האט פאררופן מאסיווע מחאות לענגאויס גאנץ ארץ ישראל לוחם צו זיין קעגן די גזירה איומה מיט מסירת נפש.


דער צענטראלער עצרת מחאה איז פארגעקומען דאנערשטאג 5:00 נאכמיטאג על פני רחוב בר אילן אין ירושלים, ווי שווערע טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן האבן מרעיש געווען תבל ומלואה אויף די גיכע און באלדיגע באפרייאונג פון די בחורים, און בכלליות קלארגעשטעלט פאר די רשעותדיגע רעגירונג אז מיר וועלן זיך נישט ברעכן, און מ'וועט שטיין פעלזן פעסט נישט צו לאזן די גזירה אויסגעפירט ווערן מן הכח אל הפועל.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page