רייכע שבע ברכות בחצה"ק שומרי אמונים בשילוב מעמד הכרת הטוב פאר בוני הבית נאך איבערבוי-פראיעקט פון ביהמ"ד הגדול
- sfbechatzros
- 15 בספט׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 15 בספט׳
מאנטאג פ' נצבים • כ''ב אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
א רייכע שבע ברכות איז אפגעהאלטן געווארן אין עיה"ק צפת לכבוד די שמחה הרוממה בבית כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון ירושלים בנשואי בתו הכלה למזל טוב מיט דער חתן בן אחיו כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון בני ברק.
די שמחה איז געוועהן קאמבענירט מיט א מסיבת הכרת הטוב "שהמלך במסיבו" וואו עס זענען געלאדענט געווארן די נגידי החסידות וועלכע האבן בייגעשטייערט פון 100,000 שקל און ארויף לטובת דעם איבערבוי פונעם נאסטאלגישן בית המדרש דחסידי שומרי אמונים אין ירושלים, וואו עס איז אונטערגענומען געווארן העפטיגע רענעוואציעס לקראת דער שבת שבע ברכות און די ימים הנוראים הבאים עלינו לטובה, צו קענען אקאמאדירן די מאסן חסידים וואס קומען זיך כסדר מסתופף זיין בצל הקודש.
די שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן אין א פראכפולע זאל אין אלט שטאט צפת, וואו גאר א רייכע פראגראם איז געוועהן צוגעגרייט. הרה"ג ר' אשר אנשיל שווארץ שליט"א בעל מעדני אשר האט אנגעפירט דעם מעמד מיט זיין הפלא'דיגע שפראך. צום שלוס פון די שמחה האט דער רבי פארטיילט טייערע מתנות פאר די משתתפים, א שופר און א הערליכע זילבערנע האניג האלטער, כאות הוקרה והערכה פאר זייער ביישטייערונג לטובת די איבערבוי פראיעקט ביים ביהמ"ד החדש.




























תגובות