הנה מלכך בא: חסידי סערט וויזניץ אין אמעריקא אין פייערליכע הכנות לקבל פני מלכם ומאורם האד' מסערט וויזניץ
- sfbechatzros
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט פריידיגע געפילן פון התרגשות גרייטן זיך חסידי סערט וויזניץ בארצות הברית מקבל פנים צו זיין דעם גרויסן גאסט רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט''א וועלכער וועט אפרעכטן א געהויבענעם באזוך אין ניו יארק, דעם קומענדיגן וואך פ' לך לך מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו בערי הגולה.
די רבי וועט מופיע זיין בשערי ניו יארק די קומעדיגע מיטוואך פ' לך לך, און פראווען א געהויבענעם שבת בקרב חסידיו אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק. דורכאויס די ימי הביקור וועט די רבי שליט"א אויפנעמען דעם ציבור חסידים מיט קוויטלעך און באשיינען עטליכע שמחות ביי די חסידים און תומכי המוסדות, צווישן זיי די חתונה פון א יתום פון די קהילה, וואס איז איינע פון די הויפט סיבות פונעם רבינס יעצטיגער באזוך.
די פילע דעטאלן פונעם מסע המרומם ווערן יעצט אויסגעארבעט דורך די עסקנים פונעם וועד הנסיעה, און באזונדער ווערן געמאכט גרויסע הכנות צום שבת מרומם וואס דער רבי וועט פראווענען אין שטאט.



