top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס התעוררות ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע בצל הקודש פון האד' מסאטמאר אין קרית יואל

  • sfbechatzros
  • לפני 13 שעות
  • זמן קריאה 6 דקות

זונטאג פ' ראה • ל' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: י. שטיין

דעם כ"ו אב די 46'סטע הילולא קדישא פונעם רבן של ישראל מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע האבן חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט בפרט במקום מנוחת קדשו אין קרית יואל, מיט גרויס התרגשות מעלה געווען על נס זכרונו הבהיר, און מ'האט מתפלל געווען על מקום מנוחתו מיט גרויס התעוררות, מעתיר ומפציר צו זיין אויף ישועות ישראל בכלל ובפרט, ספעציעל ביים יומא אריכתא וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוח מרומם אין קרית יואל בצל הקודש פון ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


מיטוואך - בעצם יומא דהילולא האט דער רבי האט געדאווענט שחרית אין די ישיבה על קברו ונקראת על שמו - ישיבה גדולה סניף דברי יואל סמוך ונראה צום ציון הק', וואו א ריזיגער ציבור בעלי בתים און יונגעלייט, אברכים ובחורי חמד אריינגערעכנט פילע געסט זענען געקומען מיטדאווענען תפילת שחרית מיטן רבי'ן שליט"א, צוזאמען מיט די הונדערטער בחורים תלמידי הישיבות בליעה"ר פון קרית יואל און אנדערע מקומות.


נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דער מעמד "הכנה לעלי' לציון" און "סיום משניות" וואס איז געלערנט געווארן דורך די בחורי חמד תלמידי הישיבה לכבוד די יומא דהילולא, די רבי האט צום ערשט געמאכט די סיום ששה סדרי משנה און געזאגט קדיש, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות, דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט מיט דברי הכנה זאגענדיג אז מען גייט יעצט ארויף פוקד זיין די ציון הק' און יעדער האט בקשות, זה בכה וזה בכה, עס איז ליידער דא אסאך עגמות נפש אין אידישע הייזער בגשמיות וברוחניות בכל ענינים השם ירחם, און מען דארף מתפלל זיין אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן. באזונדער האט דער רבי מעורר געוועהן די בחורים אז מען דארף געבן א פדיון פאר א צדיק און דאס איז קבלת טובות בכל ענינים און גיין אינעם דרך וואס ער האט אונז געלערנט און זיך פירן ווי חסידישע אידן, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכת קודש פארן גאנצן ציבור.


דאן איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' אין באגלייטונג פון א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה. דער גאנצער אוהל איז געווען געשטאפט מיט חסידים עד אפס מקום, ווען הונדערטער בחורים שטעלן זיך אין די הייעך, צו קענען מיטהאלטן די התרגשות'דיגע מאמענטן. דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט נעבן דעם ציון הק', און מיט גרויס התעוררות געזאגט די תפלה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, דערנאך ספר רביעי שבתהילים, די יהי רצון, און קדיש דערנאך.


נאך תהילים זאגן האט דער רבי שליט"א געלערנט א פרק משניות און געזאגט קדיש דרבנן, און דאן געליינט קוויטלעך פונעם ציבור, בעת די ארומיגע משתטחים זינגען ניגוני התעוררות והתרגשות וואס מ'פלעגט זינגען בבית מדרשו של בעל ההילולא, שפעטער האט דער רבי שליט"א זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' און א לענגערע צייט מתפלל געווען אויף ישועתן של ישראל מיט גרויס התרגשות בזכותו פונעם בעל הילולא זי"ע, מיטן האפענונג פון יעדער אז מ'האט גע'פועל'ט אלעס גוטס.


בצאת היום האט א ריזיגער ציבור זיך פארזאמלט אין ביהמ"ד הגדול, צו די צענטראלע סעודת הילולא וואס איז אפאגעראכטן געווארן במקום הקודש, אין דעם הייליגן ביהמ"ד וואס האט געהאט די זכי' אז דער בעל הילולא זי"ע האט דארט געפראוועט זיין עבודת הקודש מיט מסירת נפש אין זיינע לעצטע יארן בחיים חיותו.


דער גאנצער ביהמ"ד איז אויסעגשטעלט געווארן מיט די מאקסימום פלאץ, און דער אויבן אן איז געווען באשיינט מיט די פילצאליגע רבנים גאונים וצדיקים רבני ומנהיגי קהלות קדושות, צוזאמען מיט די דייני ורבני ק"ק סאטמאר פון אומעטום, ובראשם דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


צו די באשטימטע צייט איז די רבי שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן. נאכן זיך וואשן צו די סעודת הילולא, האט די רבי געמאכט דעם "סיום הש"ס" וואס איז געלערנט געווארן דורך עדת חסידי סאטמאר לעילוי נשמתו פונעם רבי'ן זי"ע. נאכ'ן מאכן דעם סיום האט דער רבי שליט"א געזאגט דעם קדיש, און דערנאך געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט מען אויפגעגעבן די מאכלים, ווי במשך די גאנצע טיש האט מען געזינגען פארשידענע ניגוני התעוררות ודביקות וואס מ'פלעגט זינגען אין די זמנים מיוחדים בבית מדרשו של רבי.


בעת דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן די דברות קודש איז דער ביהמ"ד שוין געווען איבערגעפולט פון ברעג צו ברעג, מיט טויזנטער אידן, זקנים עם נערים וואס האבן זיך פארזאמלט צו הערן די דברי אלקים חיים פון רבי'ן שליט"א. דער רבי האט ארומגערעדט א לענגערע צייט במשנתו פונעם בעל הילולא, ארויסברענגענדיג זיין גרויסקייט אין אלע הינזיכטן, הן בתורה והן בתפילה, צדקה וחסד, צניעות, און יראת שמים, אויפגעשטעלט א לגיון של מלך איבער די גאנצע וועלט כולו אומר כבוד שמים, מרים געווען כבוד שמים אין אלע תחומים סיי דאהי און סיי אין ארצינו הקדושה מיטן אויפשטעלן מוסדות הק' אשר לא כרעו לבעל, ובפרט מיטן אויפשטעלן 'קרן הצלה' להחזקת מוסדות התורה עטה"ק, און ביומא דהילולא קדישא זענען שומעי לקחו זיינע תלמידים מקבל עליהם ועל זרעם צו גיין אין זיינע דרכים אין אלע הינזיכטן.


דער רבי האט דאן ארומגערעט איבער דעם עיר ואם בישראל קרית יואל וואס דער בעל ההילולא האט אויפגעשטעלט בדמים תרתי משמע, און דאס איז געווען זיין חיות די לעצטע פאר יאר בעלמא הדין, מיט א שבח והודאה אז דער שטאט קרית יואל ציילט היינט קרוב צו 10,000 משפחות. דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די שטארקע פעולות צו ביליגער מאכן די דירות מיטן איינפירן תקנות אויף די פרייזן אז מען זאל נישט בעטן מער פון דריי הונדערט דאלער א סקווער פיס, און צוויי הונדערט פיפציג דאלער א סקווער פיס אין קרית יואל המורחבת, און דער רבי האט אפיעלירט צו די חסידים א וויליאמסבורג ווי די פרייזן פון די דירות זענען עד לב השמים, נומערן וואס מען שעמט זיך ארויסצוזאגן, און געבעטן פון די עלטערן זאלן צושטופן די קינדער ארויסצומאפן קיין קרית יואל, עס איז דא ב"ה גענוג דירות איבער גאנץ קרית יואל און לויטן חשבון וועט צוקומען אין די נעקסטע פאר יאר אריבער פינף טויזענט דירות און מען וועט שטיין על המשמר צו האלטן די פרייזן ביליג בעז"ה.


באזונדער האט דער רבי מעורר געוועהן צו האלטן פאר די אויגן אז דער רבי זי"ע האט געבויעט קרית יואל נאר פאר זיינע תלמידים וואס גייען אין זיינע דרכים ובפרט בעניני השקפה בעניני ציונית און האבן נישט קיין שייכות צו אלע ציוניסטישע פארטייען, און עס איז נישט צום פארשטיין וויאזוי עס קענען זיין אידן וועלכע פראבירן במישרן ועקיפין צוצורעדן פרעמדע קרייזן זיך אהערצוציען בגלוי ובסתר, זאגנדיג אז דער רבי וועט זיך נוקם זיין אין זיי ויהא זהיר בגחלתן, די גרעניץ פון די ווילעדזש איז נאר פאר גשמיות'דיגע ענינים, פאר רוחניות'דיגע ענינים איז אלע שכונות ארום קרית יואל א חלק פונעם שטאט און עס גייט דארט אן אלעס פונקט ווי קרית יואל.


דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די חיוב פאר יעדעם זיך קובע עתים זיין לתורה, במיוחד אין די חבורות תורתך שעשועי, יסודי התורה און נאך.


אזוי אויך בנוגע די מלחמה לה' בעמלק די טומאת הציונית האט דער רבי נאכגעזאגט אז באזני שמעתי מפה קדשו פונעם בעל ההילולא זי"ע אז ער האט מורא אז עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל, היינט זעט מען עס שוין בחוש די גזירה פון גיוס בני הישיבות איז נורא ואיום, און מען גרייט זיך אויף א מלחמה מבטל צו זיין די גזירה, און אויף דערווייל דארף מען זען מחזק צו זיין מרכז עזרה ויעוץ וואס העלפט ארויס יעדעם איינעם פון אלע קרייזן, מען דארף עפענען נאך לאקאלן און עס שטיצן ברוח נדיבה.


אזוי אויך בנוגע צניעות דארף מען זען צו שטיין על המשמר נישט נאכצולאזן גארנישט פון קאפ ביז פיס, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די תקנה פון בית רחל פון די מוסדות אין קרית יואל וועלכע האט געמאכט ספעציעלע תקנות ביי די מלבושים און מען גרייט זיך נאכצומאכן די תקנות די קומענדיגע יאר ביי מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג.


דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון די מתיבתא הק' מיט אירע אריבער טויזענט תלמידים צוטיילט אויף זעקס סניפים און צייכענען זיך אויס אין אלע ג' עמודי עולם און עס ליגט א פליכט אויף יעדעם עס צו שטיצן ברוח נדיבה.


 דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די ערווארטעטע נסיעה קיין ארה"ק דעם קומענדיגן ווינטער הבעל"ט מחזק צו זיין די קהילה און מוסדות בארה"ק, און דער רבי האט געזאגט אז דער וואס שטיצט א גאנץ יאר מוסדות יטב לב בתמיכה הגונה איז א חלק פון די שמחה און איז איינגעלאדענט מיטצוקומען, אבער ווער עס שטיצט עס נישט זעה איך נישט קיין שום סיבה אז ער זאל זיך מטריח זיין מיטצוקומען מיט אונז.


דערנאך האט דער רבי שטארק ארומגערעדט בנוגע כשרות המזוזות וואס יעדער דארף זיכער מאכן אז ער האט כשר'ע מזוזות, און דער רבי האט געוויזן צוויי מזוזות איינס איז געדריקט אויף פארמעט און איינס איז די פארמעט אינגאנצן ליידיג! וויאזוי פאסירן אזעלכע זאכן? ווייל א סופר ווערט א סוחר! ווען ער האט נישט גענוג מזוזות קויפט ער פון א סופר אין ארץ ישראל און ווען יענע סופר האט נישט גענוג קויפט ער פון א צווייטן, אין ארץ ישראל איז דא אסאך סופרים קלים ורקים! די עצה איז צו קויפן א מזוזה נאר פון א סופר וואס ער האט אליינס געשריבן די מזוזה און בשעת הדחק קען מען קויפן א מזוזה מיט א הכשר וואס איז באשטעטיגט דורך די איגוד הסופרים אינערהאלב די קהילה.


דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק ווי די רעגירונג וויל זיך אריינמישן אין די סדר הלימודים, געלויבט הקב"ה אז די עסקנים האבן שוין אביסל גרינגער געמאכט אבער מען גרייט זיך נאך אויף אסאך קארט קעיסעס און מען דארף מתפלל זיין אז מען זאל מצליח זיין שלא ירעו ולא ישחיתו, מען זאל קענען ממשיך זיין עד המסורה לנו מדור דור, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב בזכות פונעם בעל הילולא זי"ע עד ביאת הגואל בב"א.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page