ובאו ציון ברנה: האד' מבאבוב וועט אונטערנעמען מסע הקודש קיין ארה"ק קומענדיגן חודש שבט
- sfbechatzros
- 30 באוק׳
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי באבוב אין ארצינו הקדושה זענען איינגעהילט אין פרייד און עקסטאז מיטן ערהאלטן די בשורה מרנינה מבית כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אז 'הנה מלכך בא - זה היום קיווינו לו' ווען מ'וועט האבן די זכיה אז דער רעיה מהימנא קדישא כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט דעם קומענדיגן חודש שבט אונטערנעמען א געהויבענעם נסיעה - מסע חיזוק והתעלות בקרב עדת צאן מרעיתו אין ארץ ישראל, וואס עיניו וליבו שם כל הימים.
די געפלאנטע באזוך רופט ארויס הייליגע הרגשים ביי באבובער חסידים, ובפרט דער לעכטיגער שבת קודש המתאחדת פרשת משפטים - שבת שקלים וואס דער רב שליט"א וועט פראווענען במקהלות אלפי חסידים אין ארץ ישראל נאך א צייט אפשניט פון זעקס יאר זינט די רב שליט"א האט דאס לעצטע מאל אפגעראכטן א שבת אין ארץ ישראל, טאקע אום שבת שקלים תש"פ, וואס ליגט נאך טיף איינגעקריצט אין זיכרון. אצינד וועט מען ווידער האבן די זכיה מיטצוהאלטן א שבת מרומם וואס אנטשפרעכט צו ברענגען הויפענעס חיזוק און חיות דקדושה פאר חסידי באבוב תושבי ארץ הקודש, וועלכע האבן דורכאויס די לעצטערע יארן כסדר מפציר געווען ביים רב שליט"א אפצורעכטן א ביקור קודש און בפרט מיטצולעבן א שבת בצילא דמהימנותא עילאה.
דורכאויס די ימי ביקור המרומם וועלן געפראוועט ווערן א רייע היסטארישע מעמדי קודש אינערהאלב די קהילה אין ארץ ישראל, און באזונדער וועט די רב שליט"א באזוכן די מוסדות הקדושים און פראווענען דעם ציבור חסידים אין אלע שטעט לענגאויס ארץ ישראל.
אין די יעצטיגע טעג האבן זיך די געטרייע עסקנים שוין אריינגעווארפן אין די פיבערהאפטיגע עבודת הקודש אהערצושטעלן אלע דעטאלן פון דעם ביקור קודש, וואס וועט זיך פארציען פאר א פילע וואך מלא חיזוק והתרוממות הנפש.







תגובות