top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קורצן ביקור חיזוק דורך מרן ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א אין קליוולאנד לטובת דער קרן עולם התורה

  • sfbechatzros
  • 22 באוק׳
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

מיט טיפע באגייסטערונג האט די חרדישע אידנטום אין קליוואלנד אהייא מיטגעהאלטן די קורצע ביקור הוד פון מרן הגאון האדיר רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע וואס האט ווידער מכתת רגליו געווען בטירחה דגברא רבה, מיטן קריטישע מיסיע אויפצוטרייבן ריזיגע געלטער לטובת דער קרן עולם התורה וואס שטעלט צו פינאנציעלע הילף פאר די ישיבות און כוללים בארץ הקודש, אין ליכט פון די רעגירונגס שניטן מיט די גזירה פון גיוס בני הישיבות ה"י.


נאך לענגערע טעג פון הכנה דרבה אינעם ווייטן קליוולאנד האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט דעם זונטאג ביינאכט מיטן פריוואטע פליגער קיין אהייא.


מאנטאג פארטאגס האט דער פריוואטער פליגער געלאנדעט בשלום אין קליוולאנד וואו א חשובע דעלעגאציע אין שפיץ פון די ראשי הקרן און נאך נגידים ושועים האבן מקבל פנים געווען דעם ראש הישיבה.


אנקומענדיג צו די אכסניא האט די ראש ישיבה שליט"א געדאוונט שחרית, און ביים ליינען האט ער גומל געבענטשט. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויפגענומען עטליכע גבירים און נכבדי העיר וואס זענען ארויף נהנה זיין עצה ותושיה פונעם גדול בישראל.


אין די מיטאג שעה'ן איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסע כינוס וואו עס האבן זיך פארזאמלט הונדערטער תינוקות של בית רבן ילדי חמד תושבי העיר וועלכע האבן מקבל געווען פני כבודו בשירה וזמרה, די ראש ישיבה האט משמיע געווען א פייערדיגע דרשה מיט דברי חיזוק צו די ילדי חמד, און אנגעוונטשן אלע כלי קודש און מחנכים, צום שלוס זענען אלע קינדער דורך ביים ראש הישיבה.

שפעטער אין די נאכמיטאג שעה'ן איז די ראש ישיבה ארויף אויף פריוואטע באזוכן בבתי נדיבים בעם וועלכע האבן זיך אנגערופן מיט סכומים אדירים פארן קרן עולם התורה, עס איז אויך אפגעהאלטן געווארן א צענטראלע באנקעט פאר גרעסערע נדיבי עם קודש פון שטאט, ביי וועלכן עס האבן זיך אויך משתתף געווען די רבני העיר.


די שפיץ פון די נסיעה איז געווען דער ריזן מעמד קלת פנים אין א גרויסן זאל אין שטאט וואו אלפי תושבי העיר היראים לדבר השם האבן מקבל פנים געווען דעם גאון ישראל בשירה וזמרה. די ראש ישיבה האט משמיע געווען די משא המעמד, וואו ער האט ערווענט אז ער איז געקומען אלס שליח מטעם אלע ראשי ישיבות, ראשי כוללים, אדמורי"ם ורבנים, און רבבות עמלי התורה בני הישיבות והכוללים בארץ הקודש. ער האט ארויסגעברענגט אז די שותפות און ערבות פון די חרדישע אידנטום אין אמעריקע איז די גרעסטע נשיאות בעול וואס קען זיין צו העלפן די קיום התורה בארץ הקודש, דער ראש ישיבה האט מיט א קול נרגש אפעלירט צום ציבור זיך אנצושליסן מיט ווארימע שטיצע, און האט ארומגערעט בשבח פון די חרדישע קהילה אין קליוולאנד וועלכע האבן זיך מרצונם הטוב געוואנדן צו די הנהלה פון קרן עולם התורה און ארויסגעברענגט זייער שאיפה צו זיין שותפים מיטן עולם התורה, ער האט זיך באדאנקט פאר די ריזיגע נדבות וואס די נדיבים בארצות הגולה האבן מנדב געווען ביי די פריערדיגע נסיעות ביז אהער וואס האט ממש געראטעוועט דעם עולם התורה, אבער ליידער דארף מען נאך אלץ צוקומען צו אחינו שבגולה היות מען איז נאך אלס אנגעוואנדן אויף גרויס שטיצע. ביים ענדע האט די ראש ישיבה געוואונטשן דעם גאנצן ציבור מיט ברכות לרוב

שפעטער אויפדערנאכט האט די ראש ישיבה ממשיך געווען די נסיעה קיין לאס אנדזשעלעס, וואו עס וועלן זיך מצרף זיין גדולי ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי ירוחם אולשין ראש ישיבת בית מדרש גבוה דלעיקוואד, הגאון הגדול רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, די ספרדישע גאון רבי אברהם סאלים, און הגאון רבי חיים פרץ בערגמאן מראשי ישיבת פונוביז, וועלכע וועלן מיטהאלטן דעם צוויי טאג'יגן באזוך מעורר צו זיין אחינו שבגולה למען הצלת עולם התורה בארצינו הקדושה.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page