top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשרי עין ראתה • אלפי חסידי סקווירא פייערן מעמד יציקת הבורות ביים הדלקה רבתי אין ביהמ''ד החדש

פרייטאג פ' בהר בחקתי - כ"א אייר תשפ"ג | קול בחצרות


אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל מַה מִקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְּמֵאִים


טויזענעטער חסידי סקווירא האבן מיטגעלעבט זעלטענע געהויבענע מאמענטן פון התרגשות און התרוממות הנפש, ביים לילה כיום יאיר דעם ליל ל"כ בעומר אנגעהויבן מיט די געהויבענע ערשטע תפילה ברוב עם בפלטרין של מלך אינעם נייעם היכל בית מדרש הגדול, דערנאך די היסטארישע מעמד נשגב "מעמד יציקת הבורות", גיסנדיג די יסודות פאר די פרעכטיגע הערליכע מקוה מפוארה ומהודרת לטהרתן של ישראל וואס ווערט אויפגעבויט אינעם נייעם בנין בית מדרש הגדול וועלעכע איז אפגעראכטן געווארן במעמד רבבות אלפי ישראל אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אין אן אטמאספערע פון התעוררות והתרוממות עילאה, דורכגעווייקט מיט געגועים ודביקות אויף די גרויסע זכי' צו קענען גיסן די יסודות פאר'ן מקוה ישראל ה' מושיעו, נאכגעפאלגט מיט די געהויבענע מעמד ההדלקה לכבוד התנא האלוקי וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף אן ערשטמאליגן פארנעם בתוככי בנין בית המדרש הגדול, ווען די רבי שליט"א האט אנגעצינדן די מדורה של אש בשמחה וחדווה.


ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען אינעם היכל הגדול, א פערטל צו ניין, איז שוין דער פלאץ געווען איבערגעפילט עד אפס מקום מיט רבבות חסידי סקווירא מכל רחבי ארצות הברית וקאנאדע. צום ערשט האט אויפגעטרעטן הרב הגאון רבי סנדר אויסטערליץ, וועלכער האט מיט קורצע טרעפליכע ווערטער ארויסגעברענגט די קדושת הזמן וואס איז ממש ווי ליל יום כיפורים און ארויסגעהויבן די אומשאצבארע זכיה זיך צו קענען שטעלן לימין רבינו מיטן הקמת המקוה.


מ'האט געזינגען נאך עטליכע ניגוני התעוררות און דערנאך האט דער רבי געצינדן די ליכט און זיך געשטעלט דאווענען מעריב אין א דורכזיכטיגע שטוב הארט נעבן דעם אויבן אן. און א איבעראשונג האט דער רבי שליט"א צוגעשיקט אלץ שליח ציבור בנו הגדול הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א זייענדיג די ערשטע תפלה וואס מ'האט אינאיינעם געדאווענט אינעם נייעם היכל הביהמ"ד.


נאך מעריב האט די רבי שליט"א בהתעוררות רב ובקול בוכים געציילט די ספירה פון ל"ג בעומר פארן עמוד. דערנאך ארום צוואנציג צו צען האט מען געזינגען 'לאמיר מאכן א בייט' און דערנאך זוכה געווען צו הערן פייערדיגע דברות קודש פון רבי'ן שליט"א: צוערשט האט די רבי שליט"א ארומגערעדט בגדלות רשב"י וסגולת היום, און איבער די גרויסקייט פון מקוה וואס ווערט דערמאנט אין זוהר הקדוש, און איבער די קשר פון ערשטע תפלה און מקוה. און דערמאנט בשבחם של ישראל וואס האבן זיך אנגעשטרענגט צו געבן סכומים אדירים ביי די יעצטיגע קאמפיין און ביי די פריעדיגע קאמפיין און אויסגעפירט אז בזכות די חיזוק אין עשה טוב זאל ברענגען א חיזוק אין סור מרע בנוגע טעכנעלאגיע און צניעות אז ס'זאל זיין מיט א שטארקע לכתחילה און מסיים געווען מיט א לענגערע בברכת הקודש.


א פערטל נאך צען האט מען צוגעברענגט א ריזיגע צוגעגרייטע מלכות'דיגע פלאטפארמע פאר די יציקת הבורות און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט ממקום קדשו און צוגעגאנגען צום פלאטפארמע , און בנו הרה"צ ר' יצחק האט איבערגעגעבן די טעפלעך צימענט און מיט א חרדת קודש האט דער רבי שליט"א געגאסן די יסודות צו די בארות המים, מעייני הישועה, אשר מן הבאר ההוא ישקו העדרים צו שעפן קדושה וטהרה אין די צייט וואס מען האט געזינגען ניגוני התעוררות וואס האט געהויבן די הרגשים און אראפגעברענגט א טאפנדע ערנסטקייט אין די אטמאספערע. דערנאך האט דער רבי געגעבן געלט פאר די גויים וואס האבן צוגעהאלפן.


פון דארט איז דער רבי תיכף צוגעטראטן צום מקום ההדלקה בשעת ווען דער ציבור האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געגאסן שמן משחת קודש פון עטליכע קריגלעך אויל וואס איז געווארן איבערגעגעבן דורך הרב שלום בער פישל מראה"ק ויו"ר וועד הקמת הביהמ"ד, דערנאך האט הנגיד העסקן ר' אביגדור עסטרייכער וועלכער האט געקויפט דעם זכות ההדלקה איבערגעגעבן די פייער פאקל פארן רבי'ן, ברגשי קודש האט מען אנגעהויבן די ניגון 'לכבוד התנא האלקי' עד שתהא שלהבת עולה במחולות וכלי זמר, באש קודש איז דער רבי געטאנצן ביים מקום ההדלקה א שטיק צייט און זיך דערנאך אוועקגעזעצט על מקום קדשו און מעודד געווען די ריקודין לענגערע מינוטן און געקלאטשט.


נאכן טאנצן פאר א לענגערע צייט האט מען אויפגערופן די שלוחים פון חסידי סקווירא אין אויסלאנד וואס זענען געקומען צו פארן איבערצוגעבן פארן רבי'ן די תרומת הקודש פון די חסידים אין אלע שטעט אין ארה"ק און אייראפע דער רבי האט אנגעוואונטשן יעדן באזונדער. דערנאך האט מען אנגעהויבן די צווייטע טאנץ.


ארום האלב נאך עלף האט זיך אנגעהויבן די מחזה הוד ווען טויזענטע חסידי סקווירא זענען אדרוך כבני מרון איבערגעבן די נדבת הלב פון פינעף טויזענט דולער פארן מנהיג העדה כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א און דערביי האט יעדער מקבל געווען ברכות קדשו לרוב. צוערשט האבן די קינדער פון רבי'ן שליט"א איבערגעגעבן די ענוועלאופ'ס פארן רבי'ן און דערנאך זענען אדרוך די חברי הבד"ץ און די דייני הקהלות און דערנאך די נדיבים בעם.


די מחזה נורא פון ענדלאזע שורות וואס שלענגעלען זיך אין דער רייע איז געווען א חידוש העכער אלע ערווארטונגען, נעמענדיג אין באטראכט אז אין די פארגאנגענע וואכן האבן שוין טויזנטער אידן באלאגערט דעם רבי'נס הויז און דעמאלטס געגעבן זייערע תרומות בקודש פנימה. אבער ווייזט אויס אז די חסידישע הרגשים איז נישט שייך מצמצם צו זיין, און דערפאר האבן אזויפיל חסידים ואנשי מעשה געוואלט צוקומען און מוסיף זיין אויף זייער פריערדיגער קבלה אין דער הייליגער נאכט. דורכאויס דער צייט זענען אויך צוגעקומען אין א באזונדערן סדר די גבאים פון אלע שטיבלעך מיט די ראשי וגבאי החברות, און איבערגעגעבן א רשימה כוללת מיטן סך הכל סכום פון זייער גאנצער קהילה אדער חברה, אויף וואס דער רבי האט באזונדער ארויסגעוויזן א קורת רוח אנווינטשנדיג הויפענעס ברכות מטל השמים.


ס'האט זיך פארצויגן פאר ארום פיר שעה ווען בשעת מעשה האבן צענדליגע אברכי ובחורי סקווירא געטאנצן אויף די ערד פונעם נייעם ביהמ"ד, און ארום א פערטל נאך דריי פארטאגס האט מען אהיים באגלייט דעם רבי'ן לביתו נאוה קודש מיטן ניגון 'האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס בזכות התנאי האלקי און אנקומענדיג אהיים לביתו נאוה קודש האט די רבי געוונישטן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש.


במשך די גאנצע מעמד זענען די נשים צדקניות געווען פארזאמעלט אין די דערנעבענדיגע ריזיגע שאטער וואס ווערט געניצט אין די יעצטיגע תקופה פאר די שלחנות הטהורות פונעם רבי'ן, און זיי האבן געקענט מיטהאלטן די גאנצע מעמד אויף א גריסע סקרין.


נאכן מעמד במשך די גאנצע צייט וואס די ציבור איז אדורך איבערגעבן פארן רבי די תרומת הקודש איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע סעודה לכבוד די היללא פון רשב"י.


צומארגענס פארנאכט'ס האט דער רבי אפגעראכטן דעם טיש לכבוד היום און מכבד געווען הגה"צ ראב"ד סקווירא מיט בר יוחאי. מ'האט געזינגען ניגונים, הגבהת הכסו האדמור מלויעב טשערנאביל.


דער געהויבענער טאג מלא התעלות והתרוממות וועט לאנג געדענקט ווערן אין זכרון ביי די אלע ואס האבן געהאט די זכי' מיטצולעבן די לעכטיגע שעה'ן, שעות של קורת רוח ותענוג רוחני.















































































bottom of page