top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • sfbechatzros
  • 5 באוק׳
  • זמן קריאה 8 דקות

עודכן: 9 באוק׳

ree

זונטאג פ' וזאת הברכה • י'ג תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש


האדמו"ר מבאבוב באטראכט א יארמולקע פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס איז געברענגט געווארן צום טיש מוצאי יום הקדוש דורך הרבני הנגיד ר' יודא אליעזר יאקאבאוויטש הי"ו מזכיר דקהל יטב לב ד'סאטמאר וויליאמסבורג.

ree

הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א און הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק אדמור"י סאטמאר ביים מנחם אבל זיין בבית הרה"ח ר' אשר זעליג קויפמאן ע"ה מחשובי חסידי סאטמאר אין וויליאמסבורג.

ree

דער אויג פארכאפנדע ארון הקודש אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב 45 וואס איז באנייט געווארן אין די יעצטיגער ימי הרחמים והרצון.

ree

פאקטן און ציפערן ארום דאס מאיעסטעטישער פרוכת אינעם ביהמ"ד הגדול אהערגעשטעלט דורכ'ן בארימטן "כתר דשודעיקא" פירמע.

ree

"קרישקעס" באמערקט האדמו"ר מישועת יעקב סקולען עוסק זיין בתורה כאיש מן השורה אינעם היכל התורה שמחה דוב אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג אינעם פארנומענעם טאג פון שלש עשרה מידות.

ree

האדמו"ר מוויזניץ ירושלים באגריסט זיך מיט ש"ב האדמו"ר מוויזניץ ביים גרויסארטיגן שמחת הבר מצוה בחצר הקודש בעלזא פארלאפענעם ערב ראש השנה. (בילד קרעדיט: אברומי ברגר - JDN)

ree

האדמו"ר מפשעווארסק ביי אמירת תשליך ביום שלש עשרה מידות ביים וואסער בגלילות אנטווערפען.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין באזוכט ביי האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג בעת דעם רבינס באזוך אין קרית צאנז - לעיקוואד, אויפצונעמען די חסידים לכבוד דעם נייעם יאהר.

ree

אין חצה"ק גור איז אין די יעצטיגע טעג בין כסה לעשור ארויסגעשטעלט געווארן א בריוו פון די רבני הקהילה קעגן די לעצטיגע ערשיינונג אין ביהמ"ד הגדול וואו בחורים לויפן ארום ערב יום טוב צו כאפן פלעצער אין ביהמ"ד הגדול דאס צו איבערגעבן פאר משפחה מיטגלידער אדער דאס פארדינגען פאר אנדערע, די רבנים שרייבן דער דעת תורה אז עס איז א חשש גזל צו הנאה האבן פון כספי ציבור דורכן צונעמען פלעצער פון אנדערע.

ree

האדמו"ר מבאבוב קוקט זיך אום אין די פראכטפולע סוכה הגדולה בחצר הקודש באבוב.

ree

דער וויזניצער "חמול" ביים טיש מוצאי יום הקודש דורך האדמו"ר מסאטמאר אין וויליאמסבורג.


להזכר ולהפקד: "קרישקעס" באמערקט הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א אבד"ק מכלל יופי וחבר ביד"צ דקהל יטב לב ביים שרייבן א קוויטל ביי הרה"ח ר' שמואל טייטלבוים שליט"א משב"ק האדמו"ר מסאטמאר איידער'ן אריינגיין בקודש פנימה.

ree

נאך דעם מקח פון נייעם שטח המוסדות אין סאטמאר בארא פארק, וואס איז נארוואס אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, זענען די חברי הנהלה אין באגלייטונג מיט די מנהלים רוחניים און דער דעזיינער ר' אלימלך ראאב הי"ו, געגאנגען באטראכטן דעם נייעם באבובער תלמוד תורה אין בארא פארק, צו קענען אהערשטעלן די שענסטע פלענער פאר'ן נייעם בנין.

ree

לקוח את ספר התורה הזה: הרה"צ המשפיע רבי משה יעקב הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא ווערט באמערקט אין עירפארט אויפ'ן וועג קיין אומאן מיטנעמענדיג זיין פריוואטע ספר תורה.

ree

הרה"ח ר' יעקב שלמה נויגרעשל הי"ו מנאמני ביתו פונעם פאר הדור הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין א שמועס מיט האדמו"ר מאמשינאוו נאכן שמחת הברית פון אן אייניקל במעונו פון הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א.

ree

קריעטיווע סטענדער אריינגעבויעט אויף איינע פון די פארענטשעס בחצר הקודש צאנז קלויזענבורג.

ree

החותך לחיים לכל חי: האדמו"ר מפיטסבורג ביים פארטיילן געבענטשטע מעסערס לכבוד יום טוב ראש השנה פאר די נגידי ותומכי המוסדות.


סוכת סקווירא: דעם אלעמען באקאנטער ר' מענדל אונגאר הי"ו באזוכט אין די אייגנארטיגע "סקווירא סוכה" פון ר' שרגא גרין הי"ו אין מאנסי.


האדמו"ר מסאטמאר ביים בענטשן די האניג וואס איז פארטיילט געווארן פאר נגידי ותומכי מוסדות סאטמאר, לשנה טובה ומתוקה.

ree

האדמו"ר מראדזין מערקט "קרישקעס" אויף די צענטאלער חזון איש גאס אין בני ברק ביים אויסקלויבן נוי סוכה לכבוד יום טוב.

ree


האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביים לערנען די א' ב' מיט נכדו היניק אברהם יצחק קאהן ני"ו, א זוהן פון בנו הצעיר הרה"צ ר' בעריש קאהן שליט"א.

ree

בעת אין רוב וועלט פראוועט מען יעצט דעם ראש השנה פונעם נייעם יאר איז אין די ווייטע מעלבוירן אויסטראליע, וואו עס הייבט זיך יעצט אן די זומער מאנאטן, אויך ראש השנה לאילנות און מען מאכט יעצט 'ברכת אילנות אויף די ביימער וואס הייבן אן בליען, אינעם בילד ווערט געזעהן הגה"צ רבי שלמה קאהן שליט"א גאב"ד מעלבוירן ארומגענומען מיט בחורים פון די שטאטישע ישיבה.

ree

סדר קריאת הקרבנות אין טאג פון שלש עשרה מידות אינעם ביהמ"ד הגדול פונעם נייעם יישוב קענווי איילענד נעבן לאנדאן.

ree

די בעלזער הקפה ניגון דינערט אפ ברחובות קריה נאכן מעמד תשליך בחצר ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא.


אמת מה נהדר, היה כהן גדול, בצאתו מן הקודש: הייליג בילד פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביים אנוואונטשן די חסידים מוצאי יום הקדוש.

ree

האדמו"ר מבאניא ביים אפרעכטן דעם מנהג פון כפרות ערב יום הכיפורים.


אחדות אין לאנדאן: ביהמ"ד דחסידי סאטמאר - 57 (מהרי"י) געבט אפ א ברכת יישר כח פאר הנהלת ת"ת תורה ויראה דסאטמאר (מהר"א) וועלכע האבן צוגעשטעלט דעם בנין הת"ת אלס פולקאמע ביהמ"ד פאר די תפילות דורכאויס די הייליגע טעג.

ree

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג ביים פידל שפילן כמנהג אבותיו הק', ביים טיש מוצאי יום הקדוש.


שיין בילד פון האדמו"ר מלעלוב ביי הבלדה מוצאי יום הכיפורים בבית מדרשו אין בארא פארק, נאכן לאנג פארצויגענעם עבודה אין דעם הייליגן טאג.

ree

אין די יעצטיגער ערב יום טוב טעג האבן תלמידי ישיבת עטרת שלמה ערהאלטן א פערזענליכע מתנה פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א, א פראכטפולע אתרוג האלטער, אויסגעשטעלט אלס א מיניאטור פונעם נייעם מולטי מיליאן דאללער'דיגע ארון הקודש אין די ישיבה.


ראש ישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ביים מקיים זיין מנהג כפרות ערב יום הקדוש.


האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי ביים מיטהאלטן דעם שולחן הטהור פונעם פעטער האדמו"ר מראחמסיטריווקא מוצאי יום כיפור.

ree

די פרישע מצבה על קברה פון הרבנית מוויזניץ קייאמישע ע"ה געשטעלט געווארן ככלות השלושים לפטירתה אויפן וויזניצער בית החיים אין מאנסי.

ree

הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו פון קרית יואל ביים איינהאנדלען אן אתרוג מהודר פאר רבו האדמו"ר מסאטמאר, ביים אתרוג סוחר ר' משה יוסף שימאנאוויטש הי"ו.

ree

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג ביים בענטשן הרבני הנכבד ר' חיים ארי' וואלטער מנירעדהאז לכבוד דעם נייעם יאהר.

ree

שיין בילד פון האד' מלויצק ביים נעילת החג טיש מוצאי ראש השנה ביים געבן לחיים פאר א יונגל מפרחי החסידים מיט זיין ליבליכן צוגאנג צו יעדן, מיט וואס דער רבי איז ידוע ומפורסם.

ree

האדמו"ר ממעזיבוז ביי הבדלה מוצאי ראש השנה אין אלט שטאט ירושלים וואו דער רבי האט געוויילט יום טוב אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים.


הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו פון לאס אנזשעלעס ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מסאטמאר נאכן מיטהאלטן די שבת שובה דרשה אינעם ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל.

ree

האדמו"ר מערלוי מערקט "קרישקעס" אויף א פשוטן באנק ביים קבר רבי מאיר בעל הנס אין טבריה וואו דער רבי האט מתפלל געוועהן אין די ימי הרחמים והרצון.

ree

האדמו"ר מסקווירא מב"פ ביי התרת נדרים ערב ראש השנה בקול בוכים.


אין אן ערשטמאליגער שריט בחצר הקודש גור, האבן די נגידים ותומכים היושבים ראשונה במלכות, ערהאלטן דעם ערב ראש השנה א הערליכע קריגל פון ריין האניג וואס איז געשיקט געווארן פערזענליך דורך כ''ק האדמו''ר מגור שליט''א צו די נגידי החסידות בארבע כנפות הארץ, אלס אנערקענונג פאר זייער ביישטייערונג פון א מיליאן דאללער לטובת די קרן עולם התורה דחסידי גור.

ree


באקאנטע ארגאניזירער פון פילע גרויסע מאוראות און מעמדים אין כלל ישראל ר' אליעזר פריעדמאן הי"ו טרעט אויף ביים עצרת חיזוק והתעוררות אין ק"ק סאטמאר מאנסי, אין ליכט פון א צאל טראגעדיע'ס אין די קהילה אינצווישן זיי די פריצייטיגע פטירה פון בנו הב' יוסף יהושע פריעדמאן ע"ה.

ree

טויזנטער בני יישוב הישן באגלייטן ארויס דעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך ביים פארלאזן רחבת ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אין ירושלים נאכן איבערגעבן דעם יערליכן "דרשת שבת שובה" דעם מוצאי צום גדלי'.


בדחילו ורחימו: האדמו"ר ממכנובקא בעלזא ביים אנטוהן דעם היסטארישן גארטל פון הרה"ק ר' וואלף קיצעס זי"ע מגדולי תלמידי הבעש"ט הק' דעם ערב ראש השנה.

ree

הרה"ג ר' שלמה זלמן פריעדמאן שליט"א אבד"ק סאנטוב ביים איבערגעבן טייל זיינע פאפולערע גליונות "נועם שיח" פאר האדמו"ר מבעלזא, בעת זיין באזוך פאריגע וואך אין ארה"ק.

ree

הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם ביים פארזאגן לדוד ה' אורי וישעי אויפן נוסח המקובל בחצה"ק קרעטשניף, נאך תפילת מנחה דעם צווייטן טאג ראש השנה ביים זמן רבינו תם.


די מחנכים אין תלמוד תורה סקאליע אין בארא פארק בקודש פנימה ביים נשיא המוסד האדמו"ר מסקאליע וואו דער רבי האט אנגעוואונטשן די מלמדים און כלי קודש צום נייעם יאהר.

ree

הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי ברסלב ווערט געזעהן ביים פארלאזן דעם קלויז אין אומאן, מוצאי יום טוב ראש השנה.


הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן רב מגדל העמק איז מתפלל ביים ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי יוחנן מסטאלין זי"ע אויפן בית החיים העתיק אין טבריה לכבוד די ימי הרחמים והרצון.

ree

הגה"צ אב"ד פשעווארסק וומסב"ג שליט"א ביים נעמען לעקאך ערב יוה"ק פון חותנו האדמו"ר מסקאליע

ree

פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך ערהאלט א ראש כבש, און היימיש געמאכטע מיץ ענבים וואס האדמו"ר מתולדות אהרן האט געשיקט צום גאון לכבוד יום טוב ראש השנה.


די רענטעסטיק פארטי רענטל פירמע ביים דערליוווערן טויזענטער בענקלעך ביים ערשטן שבת אינעם נייעם ביהמ"ד באבוב - 45.

ree

הכל מחולים לך: האדמו"ר מבאניא ביי התרת נדרים דעם ערב ראש השנה.

ree

המשפיע הרב אליעזר משה האלפרין שליט"א איז זיך מזכיר ביי האדמו"ר מקרעטשניף קרית עטה נאכן מעמד תיקון הכללי דעם ערב ראש השנה אין אומאן.


ספעציעלע וועגלעך קורסירן די גאסן פון קרית וויזניץ, איבערהויפט ביי די באס סטאנציעס, ארויסצוהעלפן די חסידים און געסט מחוץ לעיר מיט זייערע פעקלעך. א סערוויס צוגעשטעלט דורך איגוד מוסדות וויזניץ.


גאב"ד טאהש מאנסי האט "קרישקעס" באמערקט ביים היכל הציון הק' אין אומאן וואו דער רב האט כמידי שנה בשנה געפראוועט יום טוב ראש השנה.

ree

א גראפע אידן זענען מתפלל אויפן ציון הק' אין פראנקפורט - דייטשלאנד, פון הגה"ק רבי נתן אדלער זי"ע בעצם יומא דהילולא, אונטערוועגנס אהיים קיין ניו יארק נאכן וויילן שבת בצל האדמו"ר מפשעווארסק אין אנטווערפען. ווערט געזעהן הרב יצחק אייזיק דאסקאל מראשי העסקנים בחצה"ק סאטמאר.

ree

מודעה בחצר הקודש דושינסקיא מיט די סדר הלבוש אין לויף פון די ירח האיתנים כמנהגם פון אדמור"י בית דושינסקיא.

ree

האדמו"ר ממעזיבוז ביים באטראכטן אן אייגנארטיגע מין תכלת-ציצית פון איינע פון די חסידים.

ree

האנט געשריבענע צעטל פונעם לענגדארע משב''ק בחצה"ק ראחמיסטריווקא הרה''ח ר' יושע חיים קאסטען שליט''א מיט די זמנים פון ראש השנה בחצר הקודש.

ree

המשפיע הגה"צ רבי ניסן דוד קיוואק שליט"א ממשפיעי ברסלב ווערט געזעהן אין די טעג בעפאר ראש השנה ביים ציון הק' אין אומאן אוקריינע, כאחד האדם צווישן די פילע מתפללים ביים ציון.

ree

ותשליך במצולות אומאן: אויג-פארכאפענד בילד ווי טויזנטער אידן אנגעטון מיט קיטלעך און ווייסע קאפטענעס זענען מקיים דעם מנהג תשליך ביי א טייך אינעם שטאט אין אומאן, דעם ערשטן ראש השנה נאך די הייליגע עבודת היום. (בילד געכאפט דורך א גוי)

ree

כבני מרון: צוליב דער ריבוי עם פון חסידים וואס זענען געווען ערווארטעט אריינצוגיין בקודש פנימה צו האדמו"ר מסאטמאר בעת די זמני כניסה אין בארא פארק אין די ימי עשי"ת האט די הנהלת הקהילה אויסגעשטעלט א ספעציעלער סדר מיט כניסה קארטלעך.

ree

גדולה הכנסת אורחים: אין א בליץ-שנעלע אקציע האבן חשובע עסקני עיר וויליאמסבורג מיט די צוזאמארבעט פון די הנהלת מוסדות סאטמאר צוגעשטעלט דעם פרדס פיגא זאל צו קווארטירן די הונדערטער אידן וועלכע זענען געווען געשטראנדעט ביי די גרעניצן אויפ'ן וועג אהיים פון אומאן און זענען אנגעקומען קיין ניו יארק הארט איידער כניסת השבת.

ree

המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א אין א פייערליכן ריקוד ביים נעילת החג מוצאי ראש השנה.

ree

היות דער פראכטפולער מקוה מפוארה אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב 45 איז נאכנישט געווען גרייט אויף ראש השנה, האט די שכינות'דיגע ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג, געגעבן רשות בחפץ לב אז די טויזנטער חסידי באבוב 45 זאלן זיך באנוצן מיט זייער מקוה אין די טעג פון ראש השנה. באזונדער איז ארויסגעשטעלט געווארן א באגריסונג מטעם ק"ק סקולען פארן צושטעלן די מקוה פאר די חסידים לכבוד יום טוב.

ree

ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט''א ביים אנקומען צום גרויסן מירער ישיבה אין ירושלים, ווערנדיג אנטפאנגען דורך רבנן ותלמידיהון.

האד' מפוריסוב ביים פדיון נפש פונעם הייליגן רש''ש זי''ע דעם ערב יום הקדוש בבית מדרשו אין ירושלים‎ אינאיינעם מיט גדולי המקובלים.

ree

פראכטפולע נייע האניג האלטער פון די בארימטע קראון זילבער געשעפט וואס איז געשאנקן געווארן דורך הנגיד ר' יצחק מארקאוויטש פאר האדמו"ר מסאטמאר

ree

אין א גאר פריידיגע נייעס צום תחל שנה וברכותיה איז הרה"ח ר' שלום שטעסל הי"ו מחסידי תולדות אברהם יצחק געהאלפן געווארן מיט א בן זכר נאכן ווארטן 28 יאר אויף זרע של קיימא.

ree

הרב שלמה הערש טויב הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול אין קרית צאנז ומנאמני בית האדמו"ר מצאנז ביים פארטיילן לעקאך ערב יום הקדוש.

ree

א ברכת מזל טוב לכבוד החתן החשוב הב' מנחם זאב לעבאוויטש הויז בחור ביי זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מניקשלבורג שליט"א לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומוצלחת.

ree

bottom of page