קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- Bechatzros admin
- לפני 16 שעות
- זמן קריאה 7 דקות

דאנערשטאג פ' דברים • ו' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
האדמו"ר מגור באגעגענט זיך מיטן זקן ראשי הישיבות הגאון ר' מאיר צבי בערגמאן שליט"א ביים אנקומען צום היסטארישן "כינוס לצדיקים" דעם מיטוואך אין מעלה החמישה.
הרב משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר איז מנחם אבל ביי הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א ע"פ אחיו הרב החסיד ר' יהושע אהרן בערקאוויטש ע"ה.

האדמו"ר מביטשקוב ביי הבדלה מוצאי שבת אין בישטינא אוקריינע וואו דער רבי האט געוויילט שבת אריינטרעטנדיג אין די מסוגל'דיגע ניין טעג.
שיחת חסידים: הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א ארומגענומען מיט חסידים ואנשי מעשה אינעם האטעל אין צערווילינע - איטאליע.

מה אהבתי תורתך: האדמו"ר מסאטמאר מערקט "קרישקעס" מיטן גרויסן שולחן ערוך נאכן הארעווען עטליכע שעה לאסיקא שמעתתא אליבא דהלכתא.

הנגיד הרב משה בוסקילא רב דק"ק יוצאי מאראקא אין ברוקלין באזוכט אינעם אכסניא פון האדמו"ר מביאלא בית שמש אין ניו יארק.

הערליך געדעקטע טיש צוגעגרייט צום מלוה מלכה בראשות גאב"ד סאטמאר מאנסי נאכן וויילן שבת אינעם שוהל הויף אין סיגעט אינאיינעם מיט די נגידי ותומכי המוסדות.

הגאון ר' נתן קופשיץ שליט"א רב שכונת נחלה ומנוחה אין בית שמש דינט אלס סנדק ביי א ברית במעון הקודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א.

די דינאמישע עסקני צדק ווערן געזען אין עיר הבירה וואשינגטאן מיט א שתדלנות אויפצוטון לטובת כלל ישראל, אין בעפארברייטונג א מסיבת הכרת הטוב פאר אלע עסקני צדק

טראץ די צייט וואס כלל ישראל טרויערט אויפ'ן חורבת בית המקדש גייט אן די אייגנארטיגע מלוה מלכה צוגעשטעלט דורך הכנסת אורחים הרשבי"י אין חצר המערה.

הרה"ח ר' שלמה לעבאוויטש הי"ו מגדולי עסקני ק"ק פאפא מאנסי ביים פארליינען דעם שטר בעת דער מעמד חתימת שטרות לטובת די נייע שמחה זאל אין תלמוד תורה פאפא מאנסי, בבית הנדבן הנגיד ר' שלום יוסף אבערלאנדער הי"ו.

דברי ברכה והערכה פון הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א ראש ישיבת תורת צבי ספינקא נאכן העכסט געלונגענעם קאמפיין לטובת הישיבה.
הרב מנחם מענדל פומעראנץ יושב ראש מכון "עוז והדר" באזוכט פאריגן ערב שבת אינעם אכסניא פון האדמו"ר ר' איטשע מאיר מארגנשטערן מתורת חכם אין אתרא קדישא מירון.

ביים ציון הק' פונעם הייליגן ריבניצער רבי'ן זי"ע ערב ראש חודש מערקט "קרישקעס" האדמו"ר מזידישטוב פרעמיסלא ביים אריינווארפן קוויטלעך פון אידן המצפים לישועות.

האדמו"ר מתולדות יהודה מערקט "קרישקעס" אויף די ירושלימער גאסן כאחד האדם אן קיין משמשים.

האדמו"ר מסאטמאר שפאצירט אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק נאכן שמחת הברית פון אן אייניקל, ארומגענימען מיט תלמידים.

האדמו"ר מזידטשוב פתח תקווה ביים מיטהאלטן דעם טעגליכן שיעור דף היומי דורך הרב חיים שלמה טישלער אין ביהמ"ד וויזניץ אין לאנדאן.

הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו פון די חשובע תושבים אין ניו העמפשיר ביים אפווארטן האדמו"ר מסאטמאר אויפן ראנוועי אינעם ארטיגן מאונט וואשינגטאן עירפארט ביים אנקומען צום מקום הנופש אין פאלם ספרינגס.

האדמו"ר מסאדיגורא אין א שמועס מיט הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה וויילנדיג צוזאמען אין צערווילינע - איטאליע אויף אפרוה.

א מחזה הוד נאכן היסטארישן "כינוס לצדיקים" די וואך נאך וואס אלע פארזאמלטע גדולי ישראל האבן פארלאזט די אסיפה איז האדמו"ר מראחמיסטריווקא פארבליבן אינעם זאל זייענדיג שקוע ראשו ורובו אין לערנען, אויסגעטוהן פונעם גאנצן ארום. (בילד קרעדיט: ארי קופרשטוק)

עסקנים פון פארשידענע חצרות הקודש ארעבטן מיט פאראייניגטע כוחות מסדר צו זיין און אויסשטעלן די מאפע פונעם "כינוס לצדיקים", צו באזעצן יעדער פון די משתתפי האסיפה לפי כבודו הראוי.

הרב שמואל וועכטער הי"ו זוהן פונעם באקאנטן ליובאוויטשער משפיע הרב מענדל וועכטער ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מסאטמאר במקום הנופש אין ניו העמפשיר.

המשפיע הרה"צ ר' משה יעקב הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא איז זיך מזכיר מיט א קוויטל ופדיון נפש ביי האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים אויפן ציון הק' אין בישטינא אוקריינע.

הרב שלום רוקח נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא באזוכט ביים בודקע פון "קול בעלזא" ווערט געזעהן העסקן הרב חיים שמואל ראנד מנהל המערכת.

נאך אין די סעריע פון סאטמאר און ליובאוויטש: דער בארימטער בעל מנגן ר' אברהם פריעד באזוכט אין די סאטמארע איחוד קאנטרי ביים פארברענגען מיטן משמח אלוקים ואנשים ר' זושא שמעלצער הי"ו.

העסקן הרה"ח ר' שלום אלי' פעלבערבוים הי"ו פון שיכון סקווירא ובניו, ביים ערהאלטן ברכת קדשו פון האדמו"ר מסקולען מאנסי דעם מוצאי שבת אין סקווירא שטעטל.

בעת דער עלי' לציון בראשות האדמו"ר מבאבוב 45 אויפן באבובער בית החיים לכבוד די יארצייט פון הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע מערקט "קרישקעס" הרב שמחה פנחס שטראהלי משב"ק אדמור"י באבוב ביים שרייבן קוויטלעך פאר די חסידים להיפקד בדבר ישועה ורחמים.

צווישן די פריש-געגאסענע יסודות פונעם נייעם פשעווארסקער ביהמ"ד אין אנטווערפן מערקט זיך אן די אלטע נאסטאלגישע מקוה פון הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע וועלכע פארבלייבט פרעזערווירט צום באנוץ פונעם ציבור.

האדמו"ר מנדבורנא אלעד אין א שמועס מיטן מלחין און בעל מנגן ר' בנצי שטיין אינעם לופטפעלד אין בודאפעסט אויפן וועג קיין בישטינא.

האחים האדמור"ים מזוטשקא און זוטשקא אמסנא ערשיינען צוזאמען צום "כינוס לצדיקים" אין די סקאיע זאל אין מעלה החמישה.

הרה״ח הישיש ר׳ הערשל מעלצער הי"ו פון די געציילטע אידן וואס האבן נאך זוכה געווען צו וויילן במחיצת הקודש פונעם הייליגן קדושת ציון איבער 85 יאר צוריק, אין א שמועס מיט האדמו"ר מבאבוב ביים סעודת ההילולא די וואך.

האדמו"ר מזוועהיל באזוכט ביי האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין שטאט ביתר.

די בוי ארבעט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש טשערנאביל אין בני ברק זעצט פאר אין פולן אימפעט מיטן האפענונג צו זיין גרייט אויף די ירח האיתנים בס"ד

האדמו"ר מקאסוב איז עולה לתורה אינעם ותיקין מנין ביים כותל המערבי וואו דער רבי פארברענגט די נעכט אין די ימי בין המצרים כמנהג אביו האדמו"ר מקאסוב זצ"ל.
ראש הישיבה הגאון ר' משה הלל הירש שליט"א טרעט אויף דורך א הוק-אפ פאר צענדליגער מנהלים פון סעמינארן אין ארץ ישראל וואס האבן זיך צוזאמגענומען אויף ימי עיון אין מושב חפץ חיים.

ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ביים אנוואונטשן א ישיבה בחור וואס האט ערהאלטן אן "ארעסט באפעל" נאכן זיך נישט שטעלן אין מיליטער עפ"י הוראת גדולי ישראל.
ביי מלוה מלכה אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר דעם מוצאי שבת ווערן געזעהן הגה‘‘צ אב‘‘ד סאטמאר 15 שליט‘‘א און הרה‘‘צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א רב ביהמ‘‘ד איחוד התלמידים ד'סאטמאר.

האדמו"ר מישועת יעקב סקולען ביים מיטהאלטן מלוה מלכה אין קרית יואל בצל הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א צו וועם דער רבי איז מקושר נאך פון זיינע בחורישע יאהרן, א התקשרות וואס האלט אן יאהרן כמים פנים אל פנים.

האדמו"ר מקודינוב איז זיך משתטח אויפן ציון הק' פונעם הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע בפישוט ידים ורגלים.

האדמו"ר רבי איטשע מאיר מארגנשטערן מתורת חכם ביי שלש סעודות אין עיה"ק צפת וואו דער רבי איז געוועהן צוגאסט שבת לכבוד די הילולא קדישא פונעם ארי' הק' זי"ע.
דברי תודה וברכה פון גאב"ד סאטמאר מאנסי פארן פארוואלטונג פנעם בית החיים אין שטאט ליסקא נאכן פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן אך פרי תבואה מליסקא זי"ע.
מודעה מטעם בית כ"ק אדמו"ר מבאניא שליט"א אין בעפארברייטונג צום מסע הקודש דורכן רבי'ן צום שטאט בישטינא אין אוקריינע.

האדמו"ר מפיטסבורג טרעט אויף מיט הארצרייסנדע דברי התעוררות ביים ציון הק' אין קערעסטיר זייעדיג מעורר רחמי שמים למען הכלל והפרט.
העסקן הרב שמואל אהרן ווייס הי"ו אדרעסירט די פרייע פרעסע נאכן "כינוס לצדיקים" וואו ער האט קלארגעשטעלט די אוימבויגזאמע שטעלונג פונעם יהדות החרדית בכל התוקף נישט נאכצולאזן קיין זוז כל שהוא פון אונזער דרך החיים עפ"י התורה והמסורה.

די מייסטערהאפטיגע ארדענונג ביים "כינוס לצדיקים" די וואך, וואו יעדער משב"ק האט באקומען א נוממער מיט די פונקטליכע פלאץ פאר זיין רבי'ן/רב/ראש ישיבה.

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי ווערט געזעהן ביים סעודת הילולא פונעם הייליגן אריז"ל בצל המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א אין קרית יואל.

הרב יוקל ווייס ראש ישיבת ישועות משה וויזניץ ומשב"ק האדמו"ר מוויזניץ אין א שמועס מיט האדמו"ר מקרעטשניף נאכן היסטארישן "כינוס לצדיקים" די וואך.

האדמו"ר מנדבורנא ביתר ווערט געזעהן אויפן ציון הק' פונעם צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע ביים ליינען קוויטלעך פון אידישע קינדער המצפים לישועה.
הרבני הנגיד ר' שמואל ישעי' פרידמאן הי"ו בקודש פנימה ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות.

האדמו"ר מפיטסבורג באזוכט אינעם בנין הכנסת אורחים דחצר הקודש סאסוב אויפן בית החיים אין שטאט סאטמאר - ראמעניע, אין א שמועס מיטן מנהל הכנסת אורחים הרה"ח ר' לייבל הענדלעס הי"ו ממקורבי האדמו"ר מסאסוב.

הנגיד החסיד ר' יודא אליעזר יאקאבאוויטש מזכיר דקהל יטב לב דסאטמאר אין ניו יארק פון די מקורבים למלכות בחצר הקודש באבוב, ווערט געזעהן שלום נעמען ערב שבת יארצייט.

האדמו"ר מבאבוב 45 אין א שמועס מיט הרב אייזיק דייטש ראש הקהל באבוב 45 דעם מוצאי שבת נאכן גרויסארטיגן שבת יארצייט בחצר הקודש.

שיין בילד פונעם עלי' לציון די וואך פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טוביה אין טאג פונעם יארצייט.

נייעם זילבערנעם שטעקן פון האדמו"ר מאלכסנדר בארא פארק געקויפט דורך איינע פון די נגידי החסידות לכבוד דעם רבינס יום הבהיר די וואך.

הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט''א ראש ישיבת סלאבאדקע איז מבקר חולה ביי ידידו ורעו המשגיח הגה''צ רבי דן סגל שליט''א וועלכער ליידט די לעצטע תקופה פון א חולשה.
הרב שלום רוקח נכד האדמו"ר מבעלזא שפאצירט ארום צווישן די עקזיביטארס ביים בעלזער עקספאו.

אינטערסאנטע באגעגעניש ביים תנאים די וואך בבית קארלין סטאלין - דזיקוב וויזניץ - טעמישוואר אלעד צווישן שלוחא דרבנן הרב מאיר פרוש און הרב יהודה בוטבול דער מעיאר פון אלעד.

ביים טישל פון די פאפולערע "די וואך" אויסגאבע ביים בעלזער עקספאו מערקט קרישקעס ר' בנימין קובלסקי הי"ו וועלכע שטייט אין שפיץ פונעם אפיס אין ארה"ק אינאיינעם מיט ר' מאיר אייזנבערג הי"ו פון "די וואך" מארקעטינג.

הרב בנימין קירשנבוים הי"ו לאנג יעריגער משב"ק ביי כ"ק אדמו"ר מקאליב זצוק"ל ביים אפרעכטן תיקון חצות כמנהג חסידים ואנשי מעשה אין די ימי בין המצרים.

האדמור"ים מקרעטשניף סיגעט און ביטשקוב באגעגענען זיך ביים גרעניץ צווישן ראמעניע און אוקריינע אונטערוועגנס קיין בישטינא צום ציון הק' פון הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע אין די מסוגל'דיגע ניין טעג.

האדמו"ר מסקולען מאנסי ביים אנקומען פארלאפענעם ערב שבת צום אכסניא אין שיכון סקווירא, אין שטוב פון הנגיד החסיד רבי מרדכי פנחס עסטרייכער.
האדמו"ר מסאדיגורא לערנט בחברותא מיטן מנהל המוסדות הרב אהרן טירויז וואס האט די זכיה משמש צו זיין דעם רבי'ן אין די יעצטיגער וואכן וויילנדיג אין איטאליע אויף אפרוה.
האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט ביי הבדלה אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר וואו דער רבי האט געוויילט איבער שבת מיט א גרויסן קבוצה חסידים.
אויפוואכונג פונעם וועד "שלימתא חדוותא" ד'באבוב 45 פאר מחותנים אמבאלאנג דאס שיקן מתנות אין די יעצטיגער תקופה.

א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' יוסף שלמה ראטה הי"ו משב"ק האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן לרגל די שידוך שליסן פון בתו הכלה.

*******
די מערכת וואונטשט א הארציגן ברכת מזל טוב לכבוד הרב נחום מאסקאוויטש הי"ו יושב ראש פון די פאפולערע JDN נייעס פלאטפארמע לרגל הולדת בנו למזל טוב.

א ברכת מזל טוב לכבוד החתן בנציון קאהן הי"ו משב"ק האדמו"ר מקאליש לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.
