top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דבר יום ביומו: קהילות הקודש דאראג, נדבורנא, פיטסבורג, און גור מוחה געוועהן פארנט פון מיליטערישע טורמע 10

  • sfbechatzros
  • 21 באוג׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 21 באוג׳

דאנערשטאג פ' ראה • כ''ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

ווידער אמאל האבן זיך הונדערטער אידן איינגעזאמלט נעכטן נאכט אור ליום המסוגל ערב ראש חודש אלול פארנט פונעם מיליטערישע טורמע נוממער 10, אין די קייט פון די העפטיגע מחאות טאג נאך טאג פארנט פונעם טורמע, וואו עס זיצן איינגעשפארט עטליכע בחורי ישראל, פארן איינציגסטן חטא אז זיי האבן זיך נישט געוואלט שטעלן צום טמא'נעם ציונ'יסטישן מיליטער, און מידי יום ביומו קומען ארויס מערערע גדולי ישראל אויסצושרייען דעם זעקת התורה וזעקת כלל ישראל קעגן די רשעי ישראל וגזירותיהן.


צווישן די קהילות הקודש וואס האבן נעכטן מוחה געוועהן אויפן ארט ציילן זיך קהילות דאראג, נדבורנא, פיטסבורג, און די גערער קהילה אין אשדוד.


געעפענט דער עצרת האט הרה"ג ר' מרדכי שלמה לודמיר שליט"א מרבני באיאן אין שטאט ביתר, דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברי התעוררות הגה"צ רבי סיני הלברשטאם גאב"ד צאנז שיכון ג' וואס האט אויפגעשטרומט די הערצער איבער די ביטערע גזירה. די משא העצרת איז געהערט געווארן פון הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א ראש הכוללים ד'גור זון פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט די ווייטאג פון די רדיפות הדת דורך די רשעי האומה וואס ווילן פוגע זיין אינעם פח שמן טהור, און פראבירן מיט אלע ערליי דרכים אונטערצוברענגען דעם עולם התורה.


דערנאך האט מען געזאגט פרקי תהילים בהתעוררות רב פארגעזאגט דורך הרה"ג ר' דוד אורטנער שליט"א משגיח רוחני אין ישיבת דאראג און הרה"ג ר' דוב וויטריאל שליט"א משפיע בחצר הקודש נדבורנא. דאן האט הרה"צ רבי אשר ראזנפעלד בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א משמיע געוועהן דברי התעוררות בשליחות אביו הגדול, ארויסברענגענדיג די שרעקליכע צער פונעם שווערן מצב וואס הערשט בארצינו הקדושה, און מחזק געווען די אסירי ציון שנתפסו על דברי תורה.


דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א פארגעזאגט סליחות מיט השתפכות הנפש און דערביי משמיע געווען דברות קודש און פאסיגע דברי חיזוק פארן יעצטיגן זמן פון עקבתא דמשיחא, און וויפיל מ'דארף מעריך זיין לימוד התורה פון יעדן בחור באשר הוא שם. דברי נעילה און קבלת עול מלכות שמים איז געהערט געווארן פונעם מגיד מישרים הרב יחזקאל גובנער פון אשדוד נאכגעפאלגט מיט ריקודין נלהבין דורך די מאסן באטייליגטע.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page