סעודת הילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר בראשות האד' מתולדות אהרן
- sfbechatzros
- 21 באוג׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 21 באוג׳
דאנערשטאג פ' ראה • כ''ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

אינעם הייליגן הויז פון הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע איז דעם דינסטאג נאכט אפגעהאלטן געווארן א סעודת הילולא לכבוד די הילולא קדישא פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס איז אויסגעפאלן מיטוואך כ"ו אב, די סעודה איז פארגעקומען אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע איז ספעציעל אריינגעקומען פונעם דערנעבנדיגער שטעטל מאד וואו דער רבי וויילט אויף אפרוה.
די רבי האט טועם געוועהן לחיים און פארברענגט מיט די מסובין ביים טיש, הגה"צ רבי ישעי' רובין אבד"ק קערעסטיר, הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א און הרה"ח ר' הערשל ראטטער הי"ן מחשובי חסידי סאטמאר ומראשי ההכנסת אורחים וואו מען האט צונויפגעשמועסט שיינע עניינים און זכרונות פונעם בעל ההילולא ביי וועם דער רבי שליט"א האט געהאט די זכיה זיך מסתופף צו זיין בצל קדשו.
ביים פארלאזן קערעסטיר האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן די געסט אין רבי ישעי'לעס הויז צווישן זיי א גרופע פון צענדליגער בחורים און חתנים וועלכע האלטן מיט די נסיעה למקומות הקדושים דורך הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א.















תגובות