top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איבערגיסנדע פרייד ביי חסידי באבוב 45 צום באנייאונג פון ביהמ"ד הגדול והחדש אויף קומענדיגן שב"ק נצבים ערב ר"ה

  • sfbechatzros
  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 6 דקות

מאנטאג פ' ראה • א' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

אן אומבאשרייבליכע שטראם פון עקסטאז און געהויבענע געפילן פון שמחה והתרוממות הלבבות נעמט ארום אלפי חסידי באבוב – 45 בכל קצוי תבל, מיטן ערהאלטן די איבערראשנדע בשורה המרנינה, אז לקראת די הייליגע טעג פון חודש תשרי תשפ”ו וועט מען שוין בעז”ה זוכה זיין צו באנייען דעם צענטראלן בית המדרש הגדול והחדש באבוב 45 אין בארא פארק, וואס איז געבויעט געווארן דורכאויס די לעצטע יארן, ערמעגליכט דורך די ריזיגע נדבות פון אלפי חסידי באבוב 45 די בכל אתר ואתר.


לויטן פלאן וועט מען זיך בעז"ה אריינציען אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול דעם אונטערשטן שבת פון יאר, דעם קומענדיגן שב"ק פרשת נצבים שנת תשפ"ה הבעל"ט, א שבת פאר ראש השנה.


דער נייער ריזיגער מרכז העולמי טוט אנהאלטן אין זיך א ריזיגער היכל בית המדרש הגדול, אין צוגאב צו דריי שטאק גאלעריען, באזונדער וועט די העכסטע שטאק גאלערי באנוצט ווערן אלס דער עזרת נשים.


אויפן גאנץ אונטערשטן שטאק איז אהערגעשטעלט דער ריזיגער היכל התורה, איין שטאק ארויף געפונט זיך דער פראכטפולער מאיעסטעטישער מקוה מפוארה להטהר ולהתקדש בקדושה של מעלה, און א שטאק ארויף איז דער צענטראלער אריינגאנג פונעם בנין וואו עס זענען אויך סטאנציאנירט די רחבות'דיגע חדרי התפלה.


אין די יעצטיגע טעג טוט אנגיין די שנעל גלאפירענדע ארבעט צוצוגרייטן דעם ריזן בנין גדול אדיר ומפואר אויף די הייליגע טעג, ווען עס ווערן געמאכט אלע לעצט פארבליבענע פיטשוויקעס צוצוענדיגן דעם גמר המלאכה אויפן שענסטן פארנעם וואס איז מעגליך, צו קענען אקאמאדירן דעם די טויזענטער חסידים וואס וועלן ארויסשרייען דעם ברוך שהחיינו וקימנו והיגענו לזמן הזה, ביים אפרעכטן די הייליגע תפילות מיט הרחבת הדעת והנפש, בצילא דמהימנותא קדישא פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.


אויפצובויען אזא מעכטיגע שטאלצירענע בנין אדיר פון העכער הונדערט פיס הויך, פון די סאמע אונטערשטע שטאק ביז צום דאך פונעם בנין, האט אפגעקאסט די אסטראנאמישע סומע פון אריבער 55 מיליאן דאללער, וואס איז געשאפן געווארן בלויז דורך די נדבות הלב פון חסידי ומעריצי באבוב 45, בפרט ביי די צוויי ריזיגע אלטוועלטליכע קאמפיינ'ס לטובת דעם אויפבוי פונעם בית המדרש הגדול, וואס איז בס"ד ערמעגליכט געווארן דורך די געניטע פאנדרעיזינג אפאראט פונעם וועד קרן הבנין.


די שפאנונג און ערווארטונג ביי חסידי באבוב 45 גייט ארויף העכערע שטאפלען מיט יעדן פארבייגייענדיגן טאג וואס מען דערנענטערט זיך צו די הייליגע טעג, ווען מען וועט שוין ענדליך זוכה זיין צו באנייען דעם בנין בית המדרש הגדול והחדש, קומענדיג אל המנוחה ואל הנחלה נאך גאנצע 20 יאהר זינט די התייסדות הקהילה, זייענדיג א היסטארישע געשעהניש בקורות דברי הימים פון ק"ק באבוב 45

bottom of page