top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

העפטיגע מחאות אין שפיץ פון גדולי ישראל גייט ווייטער אן קעגנאיבער טורמע נומער 10 | ברייטע דעקונג

  • sfbechatzros
  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: לפני 25 דקות

מיטוואך פ' ראה • כ''ו אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

קרעדיט: יהושע פרוכטער

טויזנטער בני היהדות החרדית פונעם יישוב הישן אין עיה"ק ירושלים האבן נעכטן דינסטאג אויסגעשריגן דעם זעקת התורה בראשות מרנן ורבנן גדולי ישראל אדמור"ים ורבנים מנהיגי קהלות הקודש, אקעגן די ביטערע גזירת שמד גזירת הגיוס דורכן שלטון הרשע, און אקעגן די ביטערע קרימינאלע אקטן מיטן האלטן ארעסטירט בחורים און אינגעלייט אויפן איינציגסטן חטא פארן זיך נישט וועלן שטעלן אינעם צבא השמד.


באסעס זענען ארויסגעפארן פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל, צום מיליטערישע טורמע כלא נוממער 10, ווי טויזענטער אברכי הכוללים און בני תורה, במעמד רבן ותלמידיהון, האבן אויסגעשריגן דעם וויי געשריי אקעגן די שרעקליגע מצב אין וואס מיר שטייען, און זיך אננעמען פאר אונזערע ברודער וועלכע שמאכטן אין די פינסטערע טורמע'ס.


די עצרת איז געעפנט געווארן דורכן יושב ראש המעמד הרה"ג ר' דוד קליין שליט"א מראשי חבורת קהל חסידי ירושלים, וועלכע האט מכבד געווען הרה"ג ר' בנימין כהן שליט"א מחשובי חסידי ברסלב מיט פרקי תהלים.


דערנאך האט דער יושב ראש אויסגערופן כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, וועלכע האט אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע ווערטער לאור די מצב הנורא וואס הערשט איבער גאנץ ארה"ק, נאכדעם וואס מ'ווארפט אריין אין טורעמע'ס ערליכע אידן בלויז צוליב דעם וואס זיי פאלגן אויס דעם דעת תורה האמיתית.


עס איז געהערט געווארן דעם דבר ה' מירושלים דורכן ראש ישיבה הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א, מנהיג קהלות הפרושים, וואס האט בקול חוצב מעורר געווען דעם ציבור אויף אונזער חוב מוחה צו זיין מיטן גאנצן כח למען עתיד היהדות הנאמנה אויף איר ווייטערדיגע קיום עד ביאת הגואל.


ווארעמע ברכת הקודש איז געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וואס האט מיט גאר שטארקע דיבורים ארויסגעברענגט אז די אלע יעצטיגע מחאות וואס מיר מאכן דא אינטן למען כבוד שמו יתברך טוט פארשטילן אלע מקטריגים אויבן, און אצינד איז דער פאסיגסטער זמן שטייענדיג אין די טעג לקראת ימי הרחמים והסליחות, צו טוהן די ריכטיגע פעולות מיטן פארשטילן אלע מקטריגים, און מיר זאלן זיך קענען אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר.


דערנאך איז פארגעליינט געווארן א מכתב קודש פון כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א וואס איז א זיידע פון איינע פון די חשובע יונגעלייט אסירי ציון, אינעם בריוו וועלכע איז פארגעליינט געווארן דורך בנו הרה"צ רבי דוד צבי ראבינאוויטש שליט"א, ברענגט די רבי ארויס אינעם בריוו אז ער האט זיך נישט געקענט משתתף זיין ביים עצרת מחאה, און דער דריקט זיך אויס מיטן לשון "הנני משתתף בריחוק מקום וקירוב לב במחאה אדירה זו".


דערנאך האט דער ציבור האלפים זיך צוגעהערט צום זעקת הגולה דורכן שר צבא השם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס האט משמיע געווען דברות קודש ודברי מחאה צו די טויזנטער באטייליגטע דורך א לייוו-הוקאפ, דער סאטמאר רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז יעצט ווערט מקויים במלוא מובן המילה דאס וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט פאראויסגעזאגט אז עס וועט קומען א צייט וואס א ערליכע איד וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל, מען זעהט בחוש ווי די רשעי הציונים נוצן אויס זייערע פינסטערע צילן לעשות ככל הגוים בית ישראל ה"י מיטן אויסרייסן די עיקרי האמונה ויסודות הדת, דער רבי שליט"א האט אויסגעשריגן "ה' עמכם גבורי החיל" גאנץ כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם שטייען מיט אין קאמף מיט די מערכה האדירה לימין פון אחינו בני ישראל דרי ארה"ק, און מען וועט נישט איינרוען לא ננוח ולא נשקוט ביז ווילאנג זיי וועלן אראפ נעמען זייער הענט פון יהדות החרדית.


צום סיום המעמד האט מען מכבד געווען מיט 'קבלת עול מלכות שמים' דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וואס האט פארגעזאגט די פסוקי יחוד בקול חוצב להבות אש. דערנאך האט ער אנגעוואונטשן דברי ברכה פאר די אלע טויזענטער משתתפים, געבענדיג חיזוק אנצוגיין מיט די מערכה האדירה.


נאכן עצרת מחאה, איז דער ריזן ציבור ארויס אויף א תהלוכת מחאה, אויסשרייענדיג דעם קול המחאה ביז די הויפט שאסייען, ווען דערמיט האט זיך געשלאסן די פייערדיגע מחאה האדירה וואס האט זיך פארצויגן פאר לאנגע שעות, אויסרופענדיג דעם קול מלחמה במחנה, אז מען וועט ווייטער שטיין פעלזן פעסט לימין פון אחינו בארץ הקודש און אויסשרייען פאר די גאנצע וועלט אז לא ננוח ולא נשקוט ביז ווילאנג די ציונים וועלן אראפ נעמען זייער הענט פון ערליכע אידן.

אין אנדערע נייעס האבן זיך אנגעזעהן ביי די עצרות מחאה דורכאויס די לעצטע וואך פארנט פונעם מיליטערישער טורמע 10, כ"ק האדמו"ר מסטריקוב שליט"א בראש קהל חסידיו, כ"ק האדמו"ר מבוטושאן שליט"א, כ"ק האדמו"ר מסוכטשוב שליט"א, הרה"צ דוד אלתר שליט"א ראש ישיבת 'שפת אמת' בשליחות אביו כ"ק האדמו"ר מגור שליט"א, הרה"צ ר' לוי יצחק אדלער שליט"א בשליחות אביו כ"ק האדמו"ר מדזיקוב ויז'ניץ שליט"א, המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א, הגה"צ אליהו חיים שטערובוך דומ"ץ באבוב 45 ירושלים, הרה"ג ר' יצחק מאיר טאומאן שליט"א מנהל רוחני ישיבת שפת אמת' גור, און נאך.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page