top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מוסדות "חסד לאברהם" אין ווייטערדיגע פעסטע המשכה אונטער פאראייניגטע נשיאות פון האחים האדמורי"ם לבית סקולען

מוצאי שבת פ' יתרו • י"ז שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין א פראוו צו ראטעווען און ממשיך זיין די עקזיסטענץ פון מוסדות "חסד לאברהם", וואס איז נתייסד געווארן דורך הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע, ברחבי ארצינו הקדושה און איז ווייטער באגלייט געווארן אונטער די נשיאות פון די סקולענער רביים וועלכע האבן במשך אלע יארן נושא בעול געוועהן סיי בחלק הרוחני און סיי די חלק הגשמי מיט די פינאנציעלע שטיצע, אלעס מיטן איינעם הייליגן ציל מקרב צו זיין אידישע קינדער לאבינו שבשמים, איז אין די לעצטערע חדשים אפגעהאלטן געווארן א רייע אסיפות דורך כ"ק האדמור"ים שליט"א לבית סקולען איבער דעם נושא.


ווי באקאנט מיט עטליכע יאר צוריק נאכן הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר בעל מאור ישראל מסקולען זי"ע, האט בנו ומ"מ כ"ק אדמו"ר בעל ישועת יעקב מסקולען זי"ע איבערגענומען די עול והנהגת המוסדות פון חסד לאברהם, דער רבי האט דאס ווייטער געפירט מיטן זעלבן המשכה בדרך אבותיו מייסדי המוסדות, און דאס אנגעהאלטן עד זיבולא בתרייתא ביז צו זיין הסתלקות דעם פארלאפענעם חודש אלול תשפ"ד לפ"ק.


די פטירה פונעם רבי'ן זצ"ל וואס האט געלאזט אן אומגעהויערן חלל אין די גאנצע חסידישע וועלט, האט באזונדער באטראפן די הייליגע מוסדות "חסד לאברהם" וועלכע האט פארלוירן זייער משען ומענה וואס זאל זיך אפגעבן מיט די עקזיסטענץ פון די הייליגע מוסדות, און עס איז אנגעקומען צו גאר א ענגע מצב זיך דערזעהנדיג מיטן מציאות אז מען האט ממש נישט ווייטער געקענט אנגיין מיט די עבודת הקודש והנהגת המוסדות.


מיט עטליכע חדשים צוריק איז אפגעהאלטן געווארן א געמיינזאמע אסיפה צווישן האחים האדמורי"ם לבית סקולען שליט"א, וואו עס האבן זיך אויך באטייליגט די צוויי ברודער האדמורי"ם מסקולען און ישועת יעקב סקולען, און מען האט אינאיינעם מטכס עצה געווען וויאזוי די הייליגע המשכה זאל קענען ווייטער האבן איר ריכטיגע ביסוס וקיום אויפן עתיד. מען איז דאן בעצה אחת געקומען צו אן החלטה אז א יעדע ברודער פון די אדמורי"ם שליט"א וועט נעמען אויף זיך די עול והנהגה פון איין מוסד אונטערן נעץ פון מוסדות "חסד לאברהם", וואס איז צופשרייט אין א צאל שטעט איבער ארצינו הקדושה, אזוי אויך די צוויי ברודער האדמורי"ם מסקולען שליט"א בני כ"ק אדמו"ר בעל ישועת יעקב מסקולען זצ"ל וועלן נעמען אויף זיך די עול והנהגה פון א "חסד לאברהם" מוסד, און דערמיט פארזיכערן אירע ווייטערדיגע המשכה לתפארת בית אבותם.


ביים עריכת שולחן הטהור די וואך לרגל חמשה עשר בשבט בחצר הקודש סקולען לעיקוואד, האט כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואוד שליט"א ארומגערעט ביי די דברות קודש איבערן עתיד פון מוסדות "חסד לאברהם", און האט דערביי ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די געוואלדיגע פארלוסט מיט די פטירה פון אחיו הגדול דער סקולענער רבי זצ"ל וואס האט ווייטער אנגעפירט די הייליגע המשכה פון די מוסדות, און ווי זיין הסתלקות האט אפעקטירט די מוסדות חסד לאברהם. דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט אז מען האפט אז די מוסדות וועלן ווייטער האבן א קיום, און אז ער פערזענדליך האט שוין געהאט די זכיה צו דעקן די הוצאות פון די ערשטע חודש אינעם מיידל סקול פון מוסד חסד לאברהם אין שטאט בני ברק, וואס איז געפאלן בחלקו, און דערביי אפעלירט צום ציבור זיך משתתף צו זיין אין די מצוה און זיך אנרופן ווארים פאר דעם וויכטיגן צוועק. דער רבי האט  אויסגערופן "אז ווער עס נויטיגט זיך אין א ישועה זאל שטיצן די הייליגע מוסדות". עס איז געוועהן א מחזה הוד נאכן טיש וואו די חסידים זענען דורך ביים רבי'ן שליט"א און איבערגעגעבן די נדבות וואו דער רבי האט מיט גרויס שמחה אפגענומען די שיינע נתינות למען קיום המוסדות.


חסד לאברהם אשר נשבעת לאבתינו מימי קדם

Comments


bottom of page