top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות'דיגער מעמד "חומש סעודה" דורך די אריבער 500 תלמידי כתה א' פון מוסדות סאטמאר קרית יואל

  • sfbechatzros
  • לפני 22 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

א גאר התרגשות׳דיגער מעמד "חומש סעודה" איז פארלאפענער וואך דינסטאג אפגעהאלטן געווארן אין קרית יואל, ווען איבער 500 תלמידי כתה א׳ פון אלע אפטיילונגען אין די מוסדות אין קרית יואל, זענען געווען פארזאמלט תחת קורת גג אחד צום פרייליכן מאמענט ווען מ׳האט בעזהשי״ת שוין פארענדיגט דעם לימוד הא״ב ועברי, און מ׳האט שוין אנגעהויבן צו לערנען די פסוקים פון חומש ויקרא — "ויבואו טהורים ויתעסקו בטהורים".


די תלמידים האבן פארגעזינגען הערליכע חרוזים לכבוד דעם מעמד אין באגלייטונג פונעם חשוב׳ן מנהל הר״ר דוד חנניה ווייס שליט״א. דער הויכפונקט איז געווען ווען איינער פון די טייערע תלמידים האט פארגעזאגט די פסוקים פון "ויקרא" וואס אלע תלמידים האבן נאכגעזאגט בקול רם, וואס האט אפגעהילכט ביז ווייט.


אונטערן רושם פון הערן די פסוקים חומש מיט די ריינע קולות בהבל פיהם של תשב״ר, האבן די קינדער ממשיך געווען צו זינגען ניגונים. ס׳האט ספעציעל איבערגענומען ווען די קינדער האבן פארגעזינגען דעם סדר היחוס פון די צדיקי בית סיגוט, אנגעהויבן פון כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א ביז ארויף לבתי אבותיו הק׳ ולמעב״ק די צדיקים מאורי החסידות דור אחר דור, ביז צום בעל שם טוב הק׳ זי״ע.


אינצווישן האט דער רבי שליט״א איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנגיד ר׳ זלמן לייב קאפל הי״ו, חבר הנהלת מחנה בית רחל ומגדולי תומכי המוסדות אין קרית יואל און אויף אנדערע מקומות, אליינס א זיידע פון עטליכע תלמידי כתה א׳. ער האט איבערגענומען פון רבי׳ן שליט״א א הערליכן "האניג האלטער" מיט וואס דער חשוב׳ער פיליעריגער מלמד מומחה הר״ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט״א האט גענוצט ביים לעקן האניג מיט די חלאקע־קינדער.


דער רבי שליט״א האט דערנאך געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש, ארויסברענגענדיג ווי ס׳איז א שמחה פאר גאנץ קרית יואל אז אזויפיל תלמידים הייבן אן צו לערנען חומש. ער האט געוואונטשן אז זיי זאלן גיין ווייטער און ווייטער צו תורה שבכתב און תורה שבעל פה, מיט א ברכה מיוחדת פאר די כלי קודש און חברי הנהלה צו קענען ממשיך זיין בעבודת הקודש.


דאן זענען די קינדער דורך כבני מרון און דער רבי שליט״א האט יעדן עקסטער איבערגעגעבן די מתנה מיוחדת — א הערליכער "קריאת שמע ליינער" ספעציעל ערצייגט פאר די תלמידים. די קינדער האבן דערנאך געזינגען הערליכע חרוזים באזירט אויף די פסוקים פון קרי״ש.


א רירנדער מאמענט איז געווען ווען די תלמידים האבן צוזאמען געליינט "קריאת שמע" פונעם נייעם קריאת שמע־ליינער, פארגעליינט דורך׳ן מלמד מומחה הר״ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט״א. דערנאך האבן די קינדער זיך אויפגעשטעלט טאנצן ארום, און דערמיט איז געשלאסן געווארן די געהויבענער מעמד.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page