top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דראמאטישע טויש אין בעלזא: טויזנטער בחורי הישיבות וועלן דאווענען ראש השנה אינעם ״גרויסן שטוב״

  • לפני 24 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

א דראמאטישע בשורה איז נעכטן איבערגעגעבן געווארן פאר די טויזנטער תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי בעלזא, סיי ישיבות קטנות און סיי ישיבות גדולות, ביי א דרשה וואס הרה"ג רבי שלום רוקח שליט"א, נכדו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, האט איבערגעגעבן פאר די בחורים, נאכ'ן אמירת סליחות אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא.


די שרעקליכע געדרענג וואס איז געשאפן געווארן די לעצטערע יארן אינעם בית המדרש הגדול אין די ימים הנוראים, ווען דער היכל איז שוין פון לאנג אויסגעוואקסן און קען נישט דערהייבן דעם ריבוי עם בליעה"ר, האט צוגעברענגט אז די רבבות חסידים האבן נישט געהאט דעם מינימאלסטן ישוב הדעת בשעת'ן דאווענען אין די הייליגע טעג.


דעריבער, נאכן זיך דורכרעדן בכובד ראש מיטן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, איז באשלאסן געווארן צו מאכן א דראסטישן טויש לטובת ולהנאת די חסידים, יונג און אלט.


לויט'ן נייעם פלאן, וועלן אלע תלמידי הישיבות, סיי פון די ישיבות קטנות און סיי פון די ישיבות גדולות, דאווענען במשך ביידע טעג ראש השנה אינעם היכל השולחנות, וואס ווערט גערופן אין בעלזא "דער גרויסער שטוב", וואו עס וועט פארקומען א באזונדערע מנין דורך די בחורים אינאיינעם מיט די מנהלי הישיבות און מגידי השיעורים.


הרב שלום האט דערביי געבראכן די נייעס אז דער רב שליט"א וועט אראפקומען צו די שחרית'ים ביידע טעג ראש השנה און דאווענען אינאיינעם מיט די טויזנטער בחורי חמד אינעם גרויסן שטוב.


דער רב שליט"א איז דערמיט ממש יוצא מגדרו, און וועט פארלאזן זיין מקום קבוע אין בית המדרש הגדול, וואו ער דאווענט שוין לאנגע יארן, אין א דראסטישע שריט צו לינדערן דעם שרעקליכן געדרענג אינעם גרויסן היכל און געבן די מעגליכקייט פאר אלע מתפללים צו דאווענען מיט מער ראויגקייט און ישוב הדעת.


די מוספים וועט דער רב שליט"א ווייטער דאווענען אינעם גרויסן היכל, צוזאמען מיט די טויזנטער חסידים, עלטערע אידן, בעלי בתים און אינגעלייט, בשעת די בחורים וועלן ממשיך זיין דאס דאווענען אינעם גרויסן שטוב.


די עסקנים קוקן ארויס און האפן אז דער נייעם מהלך וועט ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאטן, אז יעדער פון די רבבות חסידים, זאל קענען אריינגיין אין די הייליגע טעג מיט א רואיגקייט, און זיך אויסבעטן כל משאלות לבם לטובה. 

תגובות


bottom of page