top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סמוך ונראה: האד' מתולדות אברהם יצחק וועט מעריך זיין מעמד הדלקה רבתי ביים מתחם 89 אין מושב מירון

  • Bechatzros admin
  • 5 במאי
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 5 במאי

מאנטאג פ' אחרי קדושים • ז' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

פון חצר הקודש תולדות אברהם יצחק איז היינט ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן, אז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועט בעזר השם ווידעראמאל פראווענען די גרויסארטיגע הדלקה אין אתרא קדישא מירון, צוריקגייענדיג צום לאנגיעריגן חזקה אנצוצינדן די מדורה לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי במעמד אלפי ישראל, און וועט צום ערשטן מאל אפרעכטן די הדלקה רבתי אויפן דעזיגנירטע ''מתחם ההילולא'', ווי עס ווערט גערופן 'מתחם 89', וואס געפינט זיך אונטן ביים מושב מירון, און איז שוין מיט צוויי יאהר צוריק ספעציעל איינגערישט געווארן פאר ריקודין און די מעמדי ההדלקות.


דאס קומט נאכדעם וואס פארגאנגענע יאר איז נישט פארגעקומען די הדלקה ווי געווענליך, נאך וואס די ארטיגע אינסטאנצן האבן נישט צוגעלאזט קיין הדלקות אין מירון צוליב די מלחמה צושטאנד, אויך א יאהר פריער האט די רבי געפראוועט די הדלקה אויף א קלענערע פארנעם אין א פריוואטן חצר אין מירון, צוליב די אומשטענדן, און דאס לעצטע מאל וואס די רבי האט געפראוועט די הדלקה אויף א גרויסן פארנעם כמסורת קדשו רבות בשנים איז געווען ליל ל"ג בעומר שנת תשפ"א, די זעלבע נאכט וואס עס האט ליידער פאסירט די שרעקליכע טראגעדיע, ווען פינעף און פערציג נשמות קדושות זענען צודריקט געווארן אין מירון, השם ירחם.


אצינד איז מיט פרייד געמאלדן געווארן אז היי יאר וועט ווידער פארקומען די גרויסארטיגע הדלקה ליל שישי, בליל ל"ג בעומר במקהלות אלופי אלפי ישראל וואס וועלן זיך צונויפזאמלען מכל קצוי הארץ צו מיטהאלטן די הייליגע מאמענטן בשלהבת אש קודש.


די הנהלה פון ק"ק תולדות אברהם יצחק האט דאס יאהר גענומען אויף זיך אלע הוצאות, אריינגערעכנט די מוזיק, סדרנים, לאגיסטיק וכדומה, בנדבת לבם פון די נגידי החסידות, און די מעמד וועט ווי פארשטענדליך נישט זיין פינאנצירט דורך די רעגירונג.


די הדלקה וועט געפייערט ווערן ווי נאר די נאכט וועט צופאלן, אום ניין אזייגער תיכף נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועט אנצינדן די צענטראלער מעמד ההדקלה על גג הציון. עס וועט זיין צוגעשטעלט גענוג פלאץ בריוח פאר צענדליגע טויזענטער אידן מיטצוהאלטן די לעבעדיגע ריקודין בתופים ובמחולות לכבוד התנא, און די מעמדי החאלאקעס וואס וועלן פארקומען דארט אויפן ארט.


שפעט ביינאכט וועט דער רבי ארויספארן פון מירון אויפן וועג צוריק קיין הר יונה, וואו דער רבי האלט זיך אויף אין די יעצטיגע וואכן אויף אפרוה, ביז יום טוב שבועות הבא עלינו לטובה.

תגובות


bottom of page