top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת הנחת תפילין פון בשותפותדיגע אייניקל ביי האדמור"ים מסקווירא און וויזניץ מאנסי

  • Bechatzros admin
  • לפני יומיים
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני יום 1

דינסטאג פ' במדבר • כ''ט אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין שיכון סקווירא איז פארלאפענעם וואך פארגעקומען די שמחת הנחת תפילין פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרב אהרן רובין שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מבריזדוביץ שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, די מעמד הנחת תפילין איז פארגעקומען בצל הקודש פונעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


דער סקווירא רבי האט אנגעטוהן די תפילין יש יד און דערנאך מכבד געוועהן די וויזניצער רבי אנצוטוהן די תפילין של ראש. בשעתן דאווענען האט זיך האדמו"ר מוויזניץ מאנסי אויפגעהאלטן אין שטוב פונעם שוואגער הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א היות די רבי האט שוין געדאוונט פריער שחרית.


נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אין שפיץ פון ביידע אדמורי"ים, וואו מען האט געזינגען ניגוני שמחה און די סקווירא רבי האט פארטיילט לעקח. דערנאך האט דער בר מצוה בחור געזאגט דאס פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג. צום שלוס איז דער גאנצער ציבור דורך וואונטשן מזל טוב פאר די זיידע'ס האדמור"ים.


באנאכט איז אפגעראכטן געווארן די שמחת הבר מצווה אין גרויסן וויזניצער ביהמ"ד אין מאנסי במעמד קהל רב חסידים ואנשי מעשה.


bottom of page