top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אויפוואכונג פון בד"ץ העדה החרדית צו לאזן וואקסינירן די קינדער אין ליכט פון פרישע מיזעלס פארשפרייטונג

  • Bechatzros admin
  • 28 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 28 ביולי

מאנטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

היינט איז ערשינען א בריוו דורכן בית דין הגדול בירושלים העדה החרדית מיט אן אויפוואכונג פאר עלטערן צו לאזן וואקסינירן די קינדער קעגן מיזעלס - וואס ווערט אנגערופן אין ארץ ישראל "חצבת", אין ליכט פון א פארמערטע צאל פעלער פון קינדער וואס זענען אנגעשטעקט געווארן אויף א גאר שווערע פארנעם.


די הוראה פונעם בית דין קומט נאך א רייע זיצונגען מיט דאקטוירים און פראמינענטע עסקנים אין די פעלד פון רפואה וועלכע האבן פארבעטן פון די שרי התורה חברי הבד"ץ צו ברענגען אויפמערקזאמקייט ביים ציבור אין ליכט פונעם מיזעלס פארשפרייטונג צווישן קינדער, וואס האט שוין צוגעברענגט עטליכע ערנסטע פעלער פון סכנת נפשות ביי אומוואקסינירטע קינדער ל"ע.


דעריבער זאלן עלטערן באצייטנס לאזן וואקסינירן די קינדער, לויט די אנווייזונגען פון די דאקטוירים, צו זיין פאראויס באשיצט קעגן די פארשפרייטונג, און גלייכצייטיג מקיים זיין די מצוה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.


אינעם בריוו בעטן די שרי התורה חברי הבית דין צדק פונעם ציבור אנצוהאלטן אומנות אבותינו - כלשונם - און מוסיף זיין תפילות און בקשות על הבריאים שלא יחלו והחולים שיבריאו.

ree

תגובות


bottom of page