שלום אסיריך: רירנדע ביקור חיזוק דורך האד' ממחנובקא בעלזא ביי 150 ארעסטאנטן אינעם איילון טורמע
- Bechatzros admin
- לפני 4 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני 3 ימים
פרייטאג פ' ואתחנן • י''ד אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

די פילצאליגע היימישע ארעסטאנטן אינעם איילון טורמע אין ארץ ישראל האבן נעכטן זוכה געווען מקבל צו זיין פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכער האט משמיע געווען גאר הארציגע און רירנדע דברות קודש וואס זיי האבן געשלונגען בצמאון רב.
דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן דעם באזוך צו מחזק זיין א באקאנטער איד פון אויסלאנד, וואס שמאכטעט ליידער אין טורמע אין ארץ ישראל, און גלייכצייטיג אויסגענוצט די געלעגנהייט צו מחזק זיין אלע אסירים וואס געפינען זיך דארט.
ארום 11 אזייגער צופרי האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו די איילון טורמע, נעבן רמלה, אינאיינעם מיט בנו הגדול הרה"צ ר' בערל רוקח שליט"א און די משמשים בקודש. אנקומענדיג האט שוין אפגעווארט אינדרויסן דער טשאפלעין, וואס האט זיך באגריסט מיט'ן רבי'ן, און מ'איז אריבער די נויטיגע אונטערזוכונגען.
צוערשט איז דער רבי אריבער צום ארעסטאנט צוליב וועם דער רבי איז געפארן, און דער רבי האט זיך פארשפארט מיט אים אין צימער וואס די פארוואלטונג האט ספעציעל דעזיגנירט פאר'ן רבי'ן, און פאר קרוב צו אנדערהאלבן שעה האט אים דער רבי מחזק געווען און מרעיף געווען טללי חיות, זייענדיג א זעלטענע ערשיינונג אין די טורמע אז מ'געט פאר אן ארעסטאנט אזא לאנגע צייט צו רעדן מיט א דרויסנדיגער באזוכער, אן שמירה.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריין אינעם בית תפלה פון די טורמע, וואו עס זענען שוין געווען פארזאמלט די ארום 150 אסירי ישראל וואס טוען דארט ליידער שמאכטן, דער רבי איז ארויף אויף די בימה און משמיע געווען גאר ווארעמע דברות קודש, אויף לשון הקודש, אנהייבנדיג מיט א מעשה פונעם טשערנאבלער מגיד אין תפיסה, און אויסגעפירט מיט ווארעמע ברכות אז זיי וועלן בקרוב ארויסגיין פון דא מאפילה לאור גדול.
דערנאך זענען אלע ארעסטאנטן אריבער שלום געבן פאר'ן רבי'ן, און דער רבי האט זיך ביי יעדן פאראינטערעסירט איבער זייער לאגע, עס איז געווען א הארצרייסנדע סצענע צו זען ווי זיי גיסן זיך אויס דאס הארץ פאר'ן רבי'ן אויף זייער ביטערן מצב, און דער רבי איז זיי אלע מחזק בדברים היוצאים מן הלב.
דערנאך איז דער רבי אריין צו איינע פון די צימערן מנחם אבל זיין אן ארעסטאנט וואס זיצט שבעה אויף די פטירה פון א ברודער, און דערנאך צו א צימער פון א איד וואס איז ליידער נישט געזונט, און דער רבי האט אים מבקר חולה געווען און מאציל געווען ברכת קדשו לרפואה ופדיה.