top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קלארע דיבורים אקעגן דעם גזירת הגיוס פון פוסק הדור הגר"מ משה שטערנבוך שליט"א פאר חשובער בן תורה אסיר ציון

  • sfbechatzros
  • לפני 33 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' כי תצא • י''א אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

דעם פארגאנגענעם מוצש"ק איז אריינגעקומען צום פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות בחדרו הפרטי בהיכל ישיבתו אין שטאט בית שמש, א ישיבה בחור וועלכע וואוינט אינעם געגענט "אור יהודה" און איז נישט לאנג צוריק ארעסטירט געווארן באישון ליל אין די מיליטערישע פאליציי פארן איינציגסטן חטא פון זיך נישט וועלן שטעלן צום לשכת הגיוס.


דער בחור איז געזעצן אינעם 'תל השומר' תפיסה, און היות זיין משפט קומט פאר און עטליכע טעג ארום, האט מען אים צייטווייליג ארויסגעלאזט פון טורמע אויף דער פריי, אבער אין די לעצטע טעג פרובירט די מיליטערישע פאליציי צו דערגיין זיינע שפירן און איהם צוריק אריינשליידערן אין טורמע.


דער בחור איז אריינגעקומען צום פוסק הדור שליט"א צו הערן פונעם גאון שליט"א זיין דעת תורה וחובת השעה און אזא שווערע סיטואציע.


דער פוסק הדור שליט"א האט גאר שטארק מחזק געווען דעם בחור מאסירי עולם התורה, און אים געזאגט מיט קלארע רייד, אשריך שנתפסת על דברי תורה, און מען דארף האבן מסירת נפש ממש נישט אריינצופאלן אין מיליטער, ווייל דארט איז א מקום זוהמא ווי מען ווערט תיכף פארפאלן. דער פוסק הדור האט צוגעלייגט אז טראץ די רשעים זענען מבטיח אז מען וועט ווייטער קענען אנגיין מיט תורה ומצוות אין מיליטער, דארף מען אבער צו וויסן אז דאס איז אלעס שקר, דארט אין מיליטער קען מען קיין איד נישט בלייבן.


צום שלוס האט דער פוסק הדור אנגעוואונטשן דעם בחור אז ער זאל האבן כח צו שטיין אקעגן די רשעים, און זיי זאלן נישט האבן קיין שום שליטה אויף אים, און דער גאון שליט"א האט צוגעלייגט, "אז אזא בחור ווי דיר גייט אריין אין די היסטאריע פון כלל ישראל וועלכע האבן מיט מסירות נפש געקעמפט אויף איר עקזיסטענץ".

ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page