שלא יבוטל התמיד: האד' מסלאנים רופט אפ 'בין הזמנים' אין אלע כוללים דחסידי סלאנים אין ליכט פונעם גזירת הגיוס
- Bechatzros admin
- לפני יום 1
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: לפני 17 שעות
דאנערשטאג פ' דברים • ו' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין א היסטארישע שריט האט כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א ארויסגעגעבן הוראת קדשו גענצליך אפצורופן די היי יעריגע 'אב בין הזמנים' אינערהאלב אלע 20 כוללים דחסידי סלאנים ברחבי ארה"ק, דער רבי שליט"א האט מסביר געווען זיין חוות דעת, זאגענדיג אז היות דאס יהדות החרדית בארה"ק שטיייט יעצט אויס גאר א שווערע תקופה אין ארצינו הקדושה אנבאלאנגט די ביטערע גזירת הגיוס וועלכע לויערט אויף די קעפ פון אחינו בני ישראל, ותורה הקדושה התחנני בבקשה, מען דארף האבן גרויס רחמי שמים אז די תורה הקדושה זאל האבן איר ווייטערדיגע קיום, און מען דארף צוקומען צו גאר אסאך זכותים אז מען זאל ווייטער קענען אנהאלטן די לימוד התורה אן קיין שטערונגען.
דעריבער האט דער רבי שליט"א מבטל געווען די 'בין הזמנים' אין אלע כוללים דחסידי סלאנים ברחבי ארה"ק, היות מען ברויך האבן א פארמערונג פון לימוד התורה, בכדי מעורר צו זיין זכותים משמי מעל אויף די ווייטערדיגע המשכה פון לימוד וקיום התורה.
דאס קומט אין צוגאב וואס לויט הוראת הקודש פון סלאנימער רבי שליט"א איז אלע יארן ביז אהער שטענדיג אנגעגאנגען די קביעות'דיגע סדרי הישיבה אינערהאלב די סלאנימער ישיבות ברחבי ארה"ק במשך די גאנצע זוממער זמן ביז די ימים נוראים, ווי עס איז קיינמאל נישט איינגעפירט מבין כותלי הישיבה קיין 'אב בין הזמנים', שלא יבוטל התמיד.