top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בוני ביהמ"ד החדש פשעווארסק וועלן מיטלעבן זעלטענעם "שבת מיט'ן רבי'ן" און הילולת הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין פראנקרייך

  • sfbechatzros
  • 14 באוג׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 14 באוג׳

דאנערשטאג פ' עקב • כ' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

אין א זעלטענעם שריט וועט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א ארויסקומען צווישן ציבור אויף א שבת וויילנדיג אויף אפרו אין פראנקרייך, דעם קומעדיגן שב"ק פרשת ראה, מאכנדיג דערמיט אן אויסנאם לכבודם פון די נדיבים בעם וועלכע לאזן זיך קאסטן פאר'ן איבערבוי פראיעקט פונעם נאסטאלגישן פשעווארסקער ביהמ"ד אין אנטווערפען.


ווי באריכטעט איז אין די לעצטערע חדשים אונטערגענומען געווארן א מאסיווע פראיעקט צו פארגעסערן דעם פשעווארסקער ביהמ"ד, בית מדרשו של רבי, וואס איז שוין צענדליגער יארן א תל תלפיות פאר אידן איבער די גאנצע וועלט וועלכע האבן כסדר געשטראמט אהין להסתופף בצל קדשם פון צדיקי בית פשעווארסק זכותם יגן עלינו און כהיום ביי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מפּשעווארסק שליט"א וועלכער פירט ווייטער דעם הייליגן הויף באותו מקום, וועלכע איז שוין לאנג צוריק צר מהכיל דעם גרויסן ציבור בליעה"ר, בפרט די פילע געסט וועלכע קומען כסדר צו פארן מארבע כנפות הארץ להסתופף בצל הקודש.


די בליץ שנעלע פראיעקט איז געלאזט געווארן אין גאנג מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק, מיטן האפענונג צו זיין גרייט אויף די קומענדיגע ימים נוראים, אז מען זאל קענען דאווענען בהרחבת הדעת אינעם נייעם ביהמ"ד.


אצינד בעת דער רבי שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אין א קור-שטאט אין פראנקרייך, האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו און איינגעוויליגט צו מעריך זיין א שבת אינאיינעם מיט די נגידים בעם וואס לאזן זיך קאסטן פאנטאסטישע סכומים פאר'ן נייעם ביהמ"ד, זייענדיג א גאר זעלטענע ערשיינונג אז דער רבי זאל פראווען א שבת אין פראנקרייך פאר'ן ציבור, ווען בדרך כלל פראוועט די רבי דארט בלויז פארמאכטע שבתים, אינאיינעם מיט די משפחה, און ניטאמאל מיט די נאנטע מקורבים.


די נדיבי עם וועלן שוין קומען צופארן די מיטוואך קיין פראנקרייך, וואו די רבי שליט"א וועט אפרעכטן א ספעציעלע יארצייט סעודה לרגל די יומא דהילולא קדישא כ"ו אב פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע צו וועם דער רבי שליט"א איז כידוע אדוק ומקושר מיט א זעלטענעם התקשרות. דאנערשטאג ערב ראש חודש אלול מוקדם וועט דער רבי דאווענען מנחה און יום כיפור קטן ברוב עם.


דורכאויס שבת וועלן די נגידים זוכה זיין צו אן אויסנאמליכע קירבה בבית המלכות, און מיטלעבן די געהויבענע תפילות און טישן מבואו ועד צאתו, אין די טעג בעפאר שבת וועט זיין ספעציעלע זמני כניסה פאר די אורחים אריינצוגיין מיט קוויטלעך און מוצאי שבת וועט דער רבי מעריך זיין אויף א גרויסן פארנעם די סעודת מלוה מלכה מיט די סיפורי צדיקים כנהוג בבית פשעווארסק.


די נסיעה וועט זיך שליסן מיט א געהויבענעם תפילת שחרית זונטאג אינדערפרי ראש חודש אלול, וואס דער רבי וועט דאווענען צוזאמען מיט די נגידים בצוותא חדא.

תגובות


bottom of page