top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אויסטערלישע שמחת התורה ביים סיום הרמב''ם דורך מפעל 'שיננא' בראשות גדולי ישראל

מיטוואך פ' פינחס - ט"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: בחדרי חרדים

טויזענטער אידן אין שפיץ פון אדמורי"ם ורבנים וראשי הישיבות האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן די היסטארישע מעמד סיום הרמב"ם שע"י אירגון מפעל התורה העולמי שיננא, וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם דאנערשטאג אין די בניני האומה אין ירושלים, וואו די כבוד התורה האט זיך ארויסגעשריגן פון יעדע ווינקל ברוב עם הדרת מלך.


די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט א בחינה בכתב, ווען העכער דריי טויזענט חברי האירגון האבן גענומען א בחינה בכתב אויף גאנץ משנה תורה להרמב"ם, די חשובע לומדים האבן געהערט א גייסטרייכע דרשה פון הגה"צ ר' זושא הורוויץ שליט"א רב קהילות החסידים אין שטאט אלעד ומרבני אירגון שיננא, און דערנאך האט מען געהערט דברי פתיחה פונעם יושב ראש המעמד הרב טובי' פריינד שליט"א.


דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו מקבל זיין פני קדשם פון די גדולי הדור, וואס זענען ערשינען אינעם ריזן געפאקטן זאל אפצוגעבן דעם ריכטיגן כבוד התורה פאר די עמלי התורה. אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים וראשי ישיבות, צווישן זיי האדמורי"ם מויזניץ, ראחמיסטריווקא, מודזיץ, ערלוי, קאפיטשניץ, אונגוואר, זוועהיל, לעלוב ירושלים, נדבורנא ירושלים, קוזמיר, זוטשקא, סקולען ירושלים, אשלג, בוטושאן, ביאלא פשיסחא, הגאון ר' ברוך מרדכי אזרחי ראש ישיבת עטרת ישראל, הגאון ר' יצחק אזרחי ראש ישיבת מיר, דער ראשון לציון הגאון ר' יצחק יוסף, רב פון ירושלים הרב שלמה משה עמאר, הגאון ר' משה צדקה ראש ישיבת פורת יוסף, הגאון ר' חיים יצחק אייזיק לאנדא גאב"ד בני ברק, הגאון ר' חיים פיינשטיין און הגאון ר' שלום בער סאראצקין ראשי ישיבת עטרת שלמה, האדמו"ר ר' יקותיאל אבוחצירא, הגאון ר' יצחק דוד אלתר בן הפני מנחם מגור, הגאון ר' שלמה בוסו, הגאון ר' משה יודא שלעזינגער ראש ישיבת קול תורה, הגאון ר' מתתיהו דייטש, הגאון ר' מאיר הייזלער, הגאון ר' עמרם פריד, הגאון ר' ניסים בן שמעון, הגאון ר' שלמה מחפוד, הגאון ר' יעקב מאיר שטערן, המשפיע הרב חיים שלום דייטש, און נאך פילע רבנים ודיינים ראשי ישיבות ומרביצי תורה.

מיט פאסיגע ווערטער האט דער יושב ראש הרב טובי' פריינד מקדם געווען בברכה די חשובע געסט מרנן ורבנן גדולי התורה והחסידות, און דאן האט ער מכבד געווען מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א אויפצוטרעטן מיט דברות קודש. דער רבי האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חשיבות פון די תלמידי חכמים וואס זענען עוסק בלימוד ספר הרמב"ם מדי יום ביומו, וואס איז א סגולה פאר הצלחה און יראת שמים.


דאן האט הגאון ר' חיים יצחק אייזיק לאנדא גאב"ד בני ברק געמאכט דעם סיום געזאגט דעם הדרן, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול ר' ברוך מרדכי אזרחי איבער די געוואלדיגע חשיבות הלימוד, און די חשיבות פון די לומדי תורה. דערנאך האט הגאון ר' יצחק אזרחי ראש ישיבת מיר אנגעהויבן דעם נייעם מחזור לימוד ספר הרמב"ם, און דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן ווארעמע ווערטער פונעם ראשון לציון הגאון ר' יצחק יוסף.


דערנאך האט מען פארגעליינט א מכתב קודש וואס הגאון הגדול ר' יצחק זילבערשטיין האט געשיקט ספעציעל לכבוד די מעמד, און דאן איז פארגעשטעלט געווארן א ספעציעלע פרעזענטאציע פון הרב החסיד ר' יוסף גרינבוים מהרוגי מירון, וועלכער איז געווען פון די ערשטע לומדים אין די חבורת שיננא ללימוד הרמב"ם, און האט משפיע געווען אויף פילע אידן אנצוהייבן א שיעור אינעם ספר הרמב"ם.


צום שלוס פונעם מעמד האבן די רבני שיננא פארגעשטעלט עטליכע שאלות פארנט פון די תלמידי חכמים מובהקים די מסיימים, וועלכע האבן געענטפערט בטוב טעם ודעת, און דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד התורה ולומדיה, אין באגלייטונג פון די מלכות קאפעליע און א רייע העכסטראנגיגע בעלי מנגנים, וואס האט זיך פארצויגן ביז חצות הלילה.

























































Comentários


bottom of page