האד' מזוועהיל באשטימט דעם נאמען פאר די ספרים פונעם רבי'ן זצ״ל לכבוד די יארצייט, ועל שמם יקרא בעל "משנת שלמה"
- sfbechatzros
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני יומיים
מוצאי שב"ק פ' ראה • ו' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שימי פ.
מיט גרויס התרגשות איז אויפגענuמען געווארן ביי זוועהילער חסידים, איבער די ענדגילטיגע החלטה וואס איז באשטעטיגט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, קובע צו די ספרים הקדושים פון אביו כ"ק אדמו"ר מזוועהיל זצ"ל מיט'ן נאמען לזכרו הטהור, אשר לו נאה ויאה "בעל משנת שלמה".
אין די יעצטיגע טעג נאך די הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל זצ"ל וואס איז פלוצלינג אוועקגעריסן געווארן מיט דריי יאהר צוריק ב' אלול תשפ"ב, איז געלאזט געווארן אין גאנג דער 'נפשי קשורה בנפשו' קאמפיין וואו עס ווערט אויפגעטריבן צווישן די חסידים און מעריצים סכומים הגונים לטובת דער מכון וואס וועט זיך אפגעבן מיט די דברי תורתו און די אמרות טהורות וואס דער רבי זצ"ל האט משמיע געווען פאר שומעי לקחו דורכאויס די קורצע שנות הנהגה.
שוין צום היי יעריגן יארצייט האבן די חברי המכון ארויסגעגעבן א ערשטן קובץ מדברי תורתו אויף חומש דברים, וואס אנטהאלט א ערשטע מהדורה פון די תורות פונעם רבי'ן זצ"ל וואס וועט בעז"ה ערשיינען אין די נאנטע תקופה בתכלית ההידור.
ביים שולחן הטהור סעודת ההילולא דעם מאנטאג נאכט האט כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א ארויסגעברענגט רגשי לבבו צום ערשיינונג פונעם נייעם באנד מדברי תורתו פונעם פאטער, פון וואס די חסידים ואנשי מעשה הצמאים לדבר ה' שעפן עמערס התחזקות און הדרכות בעבודת ה', און אצינד ווען מ'גרייט זיך צו דרוקן די הייליגע ספרים צונויפצונעמען דעם אוצר בלום פון די אלע תורות, האט דער רבי שליט"א באשטימט צו רופן דעם ספר "משנת שלמה", ובעבור שמו הגדול והקדוש שנקרא עליו, וועט מען זוכה זיין אז דער רבי ז"ל וועט זיין א גוטע בעטער און ווייטער משפיע זיין פון אויבן ישועות ורפואות.
די רבי שליט"א האט ברייט אויסגעשמועסט דרכו הבהירה פונעם גרויסן פאטער וואס זיין מהות איז געוועהן א בחינה פון 'משנתו שלימה' זייענדיג באקאנט מיט זיין משנה סדורה און קלארן מהלך אין יעדן ענין ביסודות החיים, דעריבער לו נאה ולו יאה צו רופן זיינע ספרים 'משנת שלמה' על שמו וזכרו הבהיר.
נאכן סעודת הילולא איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון המצוינת בראש קהל חסידיו מעתיר צו זיין בדבר ישועה ורחמים לישועת הכלל והפרט.
















