top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מנדבורנה אנגעקומען אויף א בליץ באזוך קיין ניו יארק מנחם אבל צו זיין הנגיד ר' אברהם פישמאן הי"ו מגדולי תומכי המוסדות

  • Bechatzros admin
  • 31 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 31 ביולי

דאנערשטאג פ' דברים • ו' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, JDN

נעכטן מיטוואך איז כ''ק האדמו''ר מנדבורנה שליט''א אנגעקומען צוגאסט קיין ניו יארק,  אויף א בליץ באזוך פון בלויז צוויי טעג מנחם אבל צו זיין ביי מקורבו הנגיד ר' אברהם פישמאן הי"ו, מגדולי תומכי מוסדות נדבורנה בארץ הקודש און בעל אכסניא קבוע פון אדמו"רי בית נדבורנה, וועלכע זיצט שבעה נאך די פטירה פון זיין מאמע ע"ה.


דער רבי שליט"א האט נעכטן פארטאגס געלאנדעט אין ניו יארק, און באלד נאכן דאווענען בבית האכסניא פון הנגיד ר' לוי יצחק דרו הי"ו, איז דער רבי אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת פישמאן, דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן א לענגערע צייט בבית האבלים און ארומגעשמועסט מיט ר' אברהם און די בני המשפחה. היינטיגן דאנערשטאג וועט זיך דער רבי שליט"א אהיימקערן לביתו נאווה קודש אין בני ברק.


פאריגן שבת פ' מטות מסעי האט דער רבי שליט"א געפלאנט צו וויילן אין בישטינא אוקריינע ביים ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע, די נסיעה איז אבער אפגערופן געווארן צוליב טעכנישע סיבות.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page