top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מתולדות אהרן מבקר חולה ביי אחיו האד' ממבקשי אמונה; באזוך ביים ראב''ד איידערן אפרייזן אויף אפרוה

מונטאג פ' חקת בלק - ז' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


יעצט אויפדערנאכט האט כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א באזוכט ביי כ''ק מרן ראב''ד ירושלים שליט''א, דער רבי איז ווי זיין שטייגער געקומען זיך געזעגענען פונעם ראש בית דין איידערן ארויספארן קיין עסטרייך אויף אפרוה.


פון דארט איז די תולדות אהרן רבי צוגעפארן צו די הדסה שפיטאל אין ירושלים ווי די רבי האט מבקר חולה געוועהן ביים ברידער כ''ק האדמו''ר ממבקשי אמונה שליט''א וואס איז דעם שבת ווי באריכטעט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון א סטראוק.


טראץ וואס די רבי שליט''א טוט געווענדליך נישט באזוכן אין שפיטעלער זייענדיג א כהן, האבן די עסקנים אין שפיץ פונעם עסקן נמרץ ר' שמעון בראון יושב ראש ארגון ביקור חולים אריינגעלייעגט גרויסע כוחות צו ערמעגליכן דעם באזוך, אן דעם וואס די רבי זאל דארפן אריינגיין אין שפיטאל, אין נאך מערערע אינטערווענצן האט די שפיטאל פארוואלטונג אראנזירט א ספעציעלן ציממער אויסער די שפיטאל געביידע ווי דער באזוך איז צושטאנד געקומען אן קיין חששות פון טומאת אהל.


די רבי האט א לענגערע צייט געשמועסט מיטן ברידער די מבקשי אמונה רבי אין דערנאך זיך אינטערסירט ביי די דאקטורים איבער דעם ברודער'ס געזינט צושטאנד אין די ווייטערדיגע באהאנדלונגען.












bottom of page