דאנערשטאג פ' מטות מסעי - כ"ד תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
טויזנטער סאַטמאַרער ביזנעסלייט און סוחרים האבן נעכטן מיטוואך מיטגעהאלטן דעם לאנג ערווארטעט'ער "זה מזה ביזנעס עקספּאָו" וואס האט צונויפגעברענגט העכער 350 עקזיביטערס און טויזנטער באַזוכער סאטמארע חסידים אין עמך אידן פון איבער גרעיטער ניו יארק. דער ציל פון דעם ערשטמאליגן עקספּאו, זאָגט זיך שוין פון זיך אליין אינעם נאָמען זעלבסט "זה מזה" - זיך העלפן איינער דעם אנדערן א בחינה פון וחי אחיך עמך, און יעדער זאָל דערפון פארידנען אין אזוי הייבן די סאטמארע עקאנאמיע. דער עקספאו איז דאס יאהר דעם צווייטן יאהר נאכאנאנד אפגעהאלטן געווארן אינעם גיגאנטישן ניו זשערסי קאָנווענשאָן סענטער אין עדיסאן ניו גערזי, אָרגאַניזירט אין צוזאַמאַרבעט פון קהל יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאַמסבורג און התאחדות אברכים וועלכע האבן אריינגעלייגט שווערע כוחות צו געבן די מעגליכקייט פאר די חסידים צו רעפּרעזענטירן אין צו פארברייטערן זייער ביזנעסער. אינעם זאל זענען געוועהן אויסגעשטעלט הונדערטער סטאנציע'ס ווי די די סוחרים האבן פארגעשטעלט זייער סערוויסעס אין ביזנעס'ער, אין עס איז געוועהן א מחזה הוד מיטצוהאלטן דאס אחדות און ברידערליכקייט, און בעיקר דאס רעספעקט וואס יעדער האט אפגעגעבן איינער צום צווייטן, קיין שום מושג פון קאנקורענט האט נישט עקזיסטירט, אין קיין אומפארגינערשאפט און עין צרה האט נישט תופס מקום געווען. אין לויף פונעם טאג זענען אפגעהאלטן געווארן פארשידענער דרשות אין לעקציע'ס מיט גאר ווערדפולע אין תוכנדיגע אינפארמאציע וואס קען צונוץ קומען אינעם טאג טעגליכן לעבן אינעם עולם המסחר, ווי אויך האבן זיך געשטעלט מניני שחרית אין מנחה אין עס איז סערווירט געווארן א רחבות'דיגע נאכטמאל פארן ברייטן ציבור.
Kommentare